מיזורי – דער מעיאר פון סט. לואיס, מיזורי זאגט אז זיין שטאט איז גאר שטארק אנגעצויגן און דערווארט ערנסטע דראמא, ווי נאר א לאנג-דערווארטעטער אורטייל אויף א לאקאלן געוועזענעם פאליציי אפיציר וועט ארויסקומען. די רעדע איז פונעם געוועזענער אפיציר דזשעיסאן סטאקלי, וועלכער האט זיך דערקלערט אומשולדיג אינעם טויט פון ענטאני סמיט, א שווארצער מאטאריסט וועלכער איז אומגעקומען נאכדעם וואס סטאקלי האט אים געשאסן 5 מאל. אום דעצעמבער 20 יאר 11' איז סמיט געפארן אין זיין קאר און האט נישט געוואלט פארלאנגזאמען זיין גאלאפ, טראץ וואס סטאקלי איז געפארן אונטער אים און אים באפוילן זיך אפצושטעלן. אויף די רעקארדירטע ראדיא געשפרעכן, קען מען הערן ווי סטאקלי זאגט אז ער גייט אומברענגען סמיט, און דערנאך האט סטאקלי באפוילן זיין קאלעגע אפיציר, וועלכער האט געדרייווט דעם פאליציי קאר, ווילד אריינצוקראכן אין סמיט'ס קאר. דערנאך איז סטאקלי ארויסגעקומען פונעם פאליציי קאר, צוגעגאנגען צו סמיט'ס קאר און אים געשאסן. סטאקלי איז ערשט ארעסטירט און געקלאגט געווארן פאראיאר, ווען פאליציי שיסערייען זענען געווארן א נאציאנאלע הייסע אישו, און יעצט קוקט מען ארויס אויפ'ן אורטייל וואס די דזשורי וועט ארויסגעבן, ווייל אויב וועלן זיי ריינוואשן סטאקלי'ן, דערווארטן די סט. לואיס אויטאריטעטן ווילדע ראיאטן פון דער שווארצער געמיינדע.

בילד: סט. לואיס אנגעצויגן איבער פאליצייאישן אורטייל

בילד: לאו ענפארסמענט גרייט זיך צו די פאליצייאישן אורטייל

דאקומענט: די קלאגע קעגן דזשעיסאן סטאקלי


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל