מיאמי – מאסן עוואקואציעס האבן זיך אנגעהויבן נעכטן אין עטליכע טיילן פלארידע, וואו מ'דערווארט אז האריקעין אירמא וועט אנפאלן אין די קומענדיגע פאר טעג מיט א שטארקייט, און דער מעיאר פון מיאמי דעיד קאונטי, קארלאס גימענעז, האט געזאגט אז ער וועט אנהייבן פארארדענען עוואקואציעס פון א גרויסן פראצענט פון די 2.7 מיליאן איינוואוינער אין די קאונטי, ספעציפיש איינוואוינער וועלכע האבן ספעציעלע געברויכן, ווי קראנקע און עלטערע, וואס מוזן שוין זיין עוואקואירט אויף היינט מיטוואך פארטאגס. די עוואקואציעס קומען נאכדעם וואס מען האט נעכטן געהערט אז האריקעין אירמא האט זיך געשטארקט צו א "קאטעגאריע 5" האריקעין, מיט ווינטן פון 185 מייל פער שטונדע, וואס באדייט אז אירמא איז איינס פון די מערסט-מאכטפולע אטלאנטיק אקעאן האריקעינס אין דער היסטאריע, און די "בארקלעיס" שאצער האבן נעכטן געזאגט אז די אינשורטע שאדנס פון אירמא, אויב עס פאלט טאקע אן פלארידע, וועט זיין 120 ביליאן דאלאר, מער ווי טאפלט פון די אינשורטע 50 ביליאן דאלאר שאדנס וואס האריקעין קאטרינע האט געברענגט אויף לואיזיאנא אין יאר 05'.

בילד: פלארידע הייבט אן אירמא עוואקואציעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל