ניו יארק – גאווערנאר קאומא און דער ניו יארק סיטי מעיאר דעבלאזיא, האבן געגאסן לויב רייד אויפ'ן געוועזענעם מעיאר מייקל בלומבערג, ביים עפענונג צערעמאניע פאר א נייעם פליגל פונעם קארנעל טעק אוניווערסיטעט, אויפ'ן רוזוועלט איילענד. בלומבערג האט געשטופט דעם פראיעקט ווען ער איז געווען אין אמט. "א דאנק פאר 12 יאר פון אויסערגעווענליכע דינסט" האט מעיאר בלומבערג געזאגט. שפעטער האט דעבלאזיא אויפגעטרעטן און געלויבט בלומבערג, צולייגנדיג אז יעדער ווייסט אז ער איז נישט דער גרויסער פריינט פון בלומבערג, דערפאר דארף מען באטראכטן זיינע לויב רייד, ווייל ער מיינט עס טאקע ערנסט. די פריינטשאפט האט זיך אבער נישט ווייטער אריבערגעכאפט. קאומא האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון דעבלאזיא, און דעבלאזיא האט זיך נישט צוטאן געמאכט פון גאווערנאר קאומא, ווייל ווי באקאנט הערשט נישט קיין שלו' בית צווישן די ביידע. דער קארנעל טעך אוניווערסיטעט האט אין 11' געווינען א קאנקורענץ וואס בלומבערג האט אפגעהאלטן, פאר אן אוניווערסיטעט וואס וועט גרייט זיין צו בויען א קעמפוס אויף רוזוועלט איילענד. דער קעמפוס וועט אויפטרייבן 8,000 פערמאנענטע דזשאבס און וועט ברענגען 23 ביליאן דאלאר אין עקאנאמישע בענעפיטן אין לויף פון 35 יאר.

בילד: קאומא און דעבלאזיא לויבן מייקל בלומבערג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל