וואשינגטאן – די פירער פון גרויסע לופטליניעס האבן נעכטן געזאגט אז זיי פרובירן וואס שנעלער צוריקצושטעלן אין פלאץ די לופטליניע אפעראציעס וואס זענען איבערגעהאקט געווארן ביים האריקעין הארווי אין טעקסאס און ביים האריקעין אירמע אין פלארידע. דער אמעריען עירליינס פירער דאג פארקער, האט נעכטן געזאגט ביי אן אינדוסטריע קאנפערענץ אין וואשינגטאן די. סי., אז ער דערווארט אז די לופטליניע וועט זיין פולשטענדיג צוריק אין דינסט קומענדיגן שבת אדער זונטאג. אמעריקען עירליינס האט א ריזיגן צענטער ביים מיאמי אינטערנעשאנאל עירפארט און האט געמוזט אפשאפן טויזנטער פלי רייזעס צוליב דעם האריקעין אירמא אין פלארידע. דער סאוטוועסט עירליינס פירער, גערי קעלי, האט געזאגט אז די לופטליניע איז שוין פולשטענדיג צוריק אין דינסט ביים האבי אינטערנעשאנאל עירפארט אין יוסטאן, טעקסאס, וואו דער האריקעין הארווי האט פאראורזאכט שווערע פארפלייצונגען און שאדנס. סאוטוועסט האט אויך געליטן פון די האריקעין אירמא ווירקונגען ביי פינף פון די אכט לופטפעלדער וואס זי סערווירט אין פלארידע סטעיט. קעלי האט געזאגט אז ער האפט אז די סטעיט וועט ווי שנעלער צוריק עפענען די לופטפעלדער אין טאמפא, אין פארט מאיערס און אין דזשעקסאנוויל, פלארידע, וועלכע זענען נאך נעכטן געווען געשפארט צוליב די נאכווייען פונעם האריקעין אירמא.

בילד: עירליינס האפן צוריקצושטעלן אפעראציעס שנעל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל