טעקסאס – אינמיטן דעם הו-הא איבער דעם האריקעין הארווי האט מען אויך אינזין געהאט א געשעדיגטן אדלער, וואס איז א נאמען געגעבן געווארן הארווי. עס האט פאסירט ווען א געשעדיגטער אדלער, וועלכע האט זיך צעקלאפט פון אריינפליען אין א קעגנשטאנד, ביים האריקעין הארווי, האט געזוכט שוץ אין א טעקסי אויטא, איבערנאכט פון אוגוסט 25, בעפאר דער האריקעין הארווי איז אנגעקומען אין טעקסאס. עס איז געפונען געווארן דעם קומענדיגן טאג דורך דעם טעקסי דרייווער, וועלכער האט אפגעפירט דעם אדלער צו זיך אין שטוב און האט עס שפעטער געפירט צו א וויילדלייף רעטונגס צענטער, וואו דער אדלער איז דורכגעגאנגען ערהוילונגען און עקסערסייז רעהאביליטאציעס און איז די וואך צוריק ארויסגעלאזט געווארן צו די וועלדער

בילד: געשעדיגטער הארווי אדלער באפרייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל