ניו יארק – דער שווינדלערישער און עגאאיסטישער מארטין שקרעלי, איז נעכטן דערקלערט געווארן אלס "א געפאר פאר דער געזעלשאפט" און איז אריינגעשליידערט געווארן אין טורמע, נאכדעם וואס ער האט ארויסגעשטעלט עטליכע ווילדע מעסעדזשעס קעגן הילערי קלינטאן. שקרעלי איז באקאנט אלס דער יונגער קוריאזער מיליאנער וועלכער איז רייך געווארן פון עטליכע פארמאסוטיקל ביזנעסער וואס ער האט אנגעפירט, און אצינד איז ער אינמיטן א פראצעס פאר א שווינדל וואס ער איז באגאנגען, ווען ער האט אויסגעפאָפּט עטליכע ביזנעסלייט וואס האבן אינוועסטירט אין זיין פארמאסוטיקל ביזנעס. ער איז שוין געפונען געווארן שולדיג אויף די קלאגעס, אבער ער וועט ערשט פאראורטיילט ווערן קומענדיגן יאר, און א ריכטער האט אריגינעל געזאגט אז ער קען גיין פריי אויף בעיל פאר 5 מיליאן דאלאר. נעכטן אבער האט דער פעדעראלער ברוקלין ריכטער קייא מאטסומאטא שארף אראפגעריסן שקרעלי'ס ווילדע סטראשונקעס און מעסעדזש איבער קלינטאן, און האט געזאגט אז ער וועט מוזן זיצן אין טורמע ביז זיין פאראורטיילונג פראצעס.

בילד: מארטין שקרעלי רייצט זיך מיט הילערי קלינטאן

בילד: מארטין שקרעלי זאגט אפ הילערי קלינטאן'ס סיקרעט סערוויס פארלאנג פאר א זיצונג

בילד: מארטין שקרעלי בעט איבער די געריכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל