וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן געמאלדן א באשלוס אז קיין שום פעדעראלע רעגירונג אפיס וועט פון היינט און ווייטער מער נישט טארן נוצן סיי וועלכע קאמפיוטער סאפטוועיר פון די "קאספארסקי" פירמע. די פירמע איז געגרינדעט געווארן דורך עטליכע רוסישע ביזנעסלייט מיט יארן צוריק, און עס אפערירט שוין לאנגע יארן אלס איינע פון די גרעסטע סייבער פירמעס אין אמעריקע. אצינד איז אנטשטאנען א זארג אז די רוסישע רעגירונג נוצט מעגליך די פירמע צו אינפילטרירן אין קאמפיוטערס פון אמעריקאנער ביזנעסער און רעגירונג אפיסעס, און דעריבער וועלן פעדעראלע דעפארטמענט מער נישט זיין ערלויבט צו נוצן קאספארסקי'ס סאפטוועיר. אין א באזונדערן נייעס, האט פרעזידענט טראמפ נעכטן בלאקירט א כינעזער רעגירונג-קאנטראלירטע אינוועסטמענט גרופע פון אפקויפן די אמעריקאנער "לעטיס סעמיקאנדאקטער" טעכנאלאגיע, זאגנדיג אז ער בלאקירט דאס צוליב נאציאנאלע זיכערהייט אורזאכן, און דאס איז געווען בלויז דאס פערטע מאל אין די לעצטע 27 יאר וואס אן אמעריקאנער פרעזידענט האט בלאקירט אזא סארט דיעל.

בילד: רעגירונג פארבאט קאספארסקי סאפטוועיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל