קאליפארניע – א מיליטערישע טרענירונג עקסערסייז אין דרום קאליפארניע האט זיך אויסגעלאזט זייער נישט גוט, ווען א מיליטעריש טרעקל האט זיך מיסטעריעז גענומען ברענען, פארוואונדענדיג פופצן אמעריקאנער מארינס. דער אינצידענט האט פאסירט ארום 9:30 לאקאלע צייט ביים "מארין באזע קעמפ פענדעלטאן", וועלכע איז סטאנציאנירט ארום פערציג מייל ווייט פון סאן דיעגא. א ווארטזאגער פאר די מארינס האט געזאגט, אז אמווייניגסטנס פינף מארינס זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן צושטאנד, און די איבריגע האבן געליטן ערנסטע וואונדן. די מארינס האבן געהאלטן אינמיטן אויספרובירן "קאמפ גרייטקייט", ווען פלוצלינג האט זיך דאס מיליטערישע טרעקל גענומען ברענען און שיסן הייסע פונקען פייער, וואס עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס אזוינס פאסירט, נאר אין יאר 13' ביי טרענירונגען אינעם מוהאווי מדבר אין קאליפארניע, האט זיך דאס זעלבע סארט טרעקל גענומען ברענען, פון וועלכן איין מארין איז געשטיגן. די מיליטערישע באאמטע האבן נעכטן געזאגט אז זיי פארשן אויס וואס און וויאזוי עס איז געשען.

בילד: 15 מארינס פארוואונדעט ביי איבונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל