וואשינגטאן – עס זעט אויס ווי די קאאפעראציע און צוזאמארבעט צווישן דעם רעפובליקאנער פרעזידענט טראמפ און די דעמאקראטישע פארטיי פירער וועט ווייטער גיין. נעכטן איז דער פרעזידענט געזעסן פאר א ספעציעלן פריוואטע נאכטמאל אין ווייסן הויז, מיט די דעמאקראטישע קאנגרעס פירערין נענסי פעלאסי און דער דעמאקראטישער סענאט פירער טשאק שומער, און נאכ'ן פארברענגען א לענגערע צייט, האבן פעלאסי און שומער געמאלדן אין א געמיינזאמען סטעיטמענט אז זיי האבן דערגרייכט אן אפמאך מיט'ן פרעזידענט, אז מען וועט באשיצן די נאענט צו 800 טויזנט אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זענען געקומען קיין אמעריקע אלס קליינע קינדער, אז זיי וועלן נישט דעפארטירט ווערן, און אין אויסטויש, וועלן די דעמאקראטן שטיצן צו באשטעטיגן פרישע גרעניץ זיכערהייט מאסנאמען. איין באריכט זאגט אז דער דיעל צווישן טראמפ און די דעמאקראטן זאגט קלאר אז טראמפ האט זיך פארפליכטעט נישט צו פארלאנגען געלטער פאר דער גרעניץ וואנט, אבער דאס ווייסע הויז האט עס אין א סטעיטמענט געלייקנט.

בילד: פרישער דיעל צווישן טראמפ און דעמאקראטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל