וואשינגטאן – נעכטן האט דער דעמאקראטישער סענאטאר בערני סענדערס פון ווערמאנט, ארויסגעשטעלט א נייעם געזעץ פארשלאג, וועלכע רופט איינצושטעלן א "סינגל פעיער" העלט-קעיר סיסטעם אין לאנד, וואס באדייט אז די רעגירונג וועט צושטעלן פאר יעדן איינעם העלט אינשורענס אויפ'ן זעלבן פארנעם ווי עס ווערט שוין ביז היינט צוגעשטעלט העלט אינשורענס פאר עלטערע בירגער דורכ'ן באקאנטן מעדיקעיר פראגראם. פופצן סענאטארן האבן זיך מיטגעשטעלט מיט סענדערס' פלאן, און צווישן די פופצן האבן ספעציפיש ארויסגעשטארט דאס וואס עס געפינען זיך דארטן אויך עטליכע סענאטארן, וועלכע שפעקולירן ערנסט צו לויפן פאר פרעזידענט אין די דעמאקראטישע פריימעריס אין יאר 020', אריינגערעכנט מאסעטשוסעטס סענאטארשע עליזאבעט ווארען, קאליפארניע סענאטארשע קאמאלא העריס, ניו דזשערסי סענאטאר קאורי בוקער און ניו יארק סענאטארשע קירסטין דזשיליבראנד. ביידע וואשינגטאן פירער פון דער דעמאקראטישער פארטיי, טשאק שומער אינעם סענאט און נענסי פעלאסי אין קאנגרעס, האבן דערווייל נישט געזאגט אז זיי וועלן שטיצן דעם סענדערס פלאן.

בילד: סענדערס מעלדט סינגל פעיער פלאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל