ראוד איילענד – דער אטוירני דזשענעראל פון ראוד איילענד האט שארף קריטיקירט אן אורטייל פון א פעדעראלן אפיעלס געריכט, וועלכע האט געזאגט מיט עטליכע וואכן צוריק אז די שארית ישראל קהילה אין ניו יארק סיטי זענען די ריכטיגע אייגנטימער פונעם היסטארישן טורא שוהל אין ניופארט, ראוד איילענד. אטוירני דזשענעראל פיטער קילמארטין האט אריינגעגעבן דאקומענטן אין געריכט, אין וועלכע ער נעמט זיך אן פאר די רעכטן פון דער לאקאלער קהילה אין ניופארט, זאגנדיג אז דער אפיעלס געריכט האט איגנארירט פארשידענע קלארע באווייזן וואס מען האט געברענגט פאר זיי, צו איבערצייגן אז די ניופארט קהילה זענען די עכטע אייגנטימער פונעם טורא שוהל. קילמארטין זאגט אז ער פארלאנגט פונעם אפיעלס געריכט אין באסטאן אז זיי זאלן אינגאנצן איבערמאכן דעם פראצעס, און ער האט שוין אריינגעגעבן די ערשטע דאקומענטן אנצוהייבן דעם פראצעדור.

בילד: טורא שוהל לעגאלער געפעכט וועט ווייטער אנגיין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל