ירושלים – א פרישע באריכט צייגט אז ארום פינף טויזנט מלחמה איבערלעבער זענען אין לעצטן יאר געשטארבן, צוליב פארצויגענע פארנאכלעסיגקייט פון דער מדינת ישראל רעגירונג, וועלכע האט נישט צוגעשטעלט די נויטיגע הילף וואס זי האט אריגינעל געהאט פארשפראכן פאר זיי. דער באריכט האט אנגעמאכט אן ערנסטן שטורעם אין מדינת ישראל, אבער דערווייל זעט אויס ווי ביבי נתניהו איז צו שטארק פארנומען מיט'ן אויסמיידן ארעסט אין די אנגייענדיגע אויספארשונגען קעגן אים, און ער האט גארנישט רעאגירט איבער דעם. לויט רעגירונג ציפערן, זענען געווען 158 טויזנט איינוואוינער אין מדינת ישראל היי יאר אנהייב 18' למספרם וועלכע זענען געווען פעליג צו באקומען פון די האלאקאוסט בענעפיטן צוליב דירעקטע פייניגונגען וואס זיי זענען אויסגעשטאנען ביי דער קריג, און אויסער דעם זענען דא 56 טויזנט וואס קענען באקומען ענליכע הילף, צוליב וואס זיי האבן געליטן פון אנטיסעמיטיזם אין לויף פון דער קריג, טראץ וואס זיי זענען נישט דירעקט געווען אין איינס פון די נאצי לאגערן. יעצט האלט דער ציפער מיט 5 טויזנט ווייניגער.

בילד: איזראעלישע נאכלעסיגונג טויטעט מלחמה איבערלעבער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל