קורדיסטאן – דער קורדישער פארלאמענט וועט זיך היינט צוזאמזעצן, צום סאמע ערשטן מאל אין די לעצטע צוויי יאר, וואס דער פארלאמענט איז דאן אפגעשפארט געווארן נאכדעם וואס עס האבן אויסגעבראכן אומרוען און ממש געשלעגן צווישן צוויי באזונדערע פראקציעס אינערהאלב די קורדן. א הויפט אישו אויף דער אגענדע פון דער פארלאמענט צוזאמזעצונג, וועט זיין די אישו פון זעלבסטשענדיגקייט, וואס די קורדן קעמפן שוין לאנגע יארן קעגן די רעגירונגען אין איראק און אין טערקיי, אז מען זאל זיי אוועקגעבן די טעריטאריע אויף וועלכע זיי וואוינען סייווי, און מען זאל זיי לאזן דארטן גרינדן אן אייגן זעלבסטשטענדיג לאנד. מען האט נעכטן געהערט שארפע רעאקציעס פון איראק און טערקיי, וועלכע האבן ביידע געזאגט אז זיי וועלן בלאקירן א פלאן וואס די קורדן ווילן, אפצוהאלטן א רעפערענדום איבער דעם זעלבסטשטענדיגקייט פלאן, און שטיצער פונעם פלאן זאגן אז אויב וועט די קורדן געלונגען צו האבן אן אייגן לאנד, וועט עס העלפן ברענגען סטאביליטעט אינעם מיטל מזרח ראיאן, ווייל פילע קעמפערישע קורדישע גרופעס וועלן זיך אנטוואפענען.

בילד: קורדישע פארלאמענט זעצט זיך היינט צוזאם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל