וואשינגטאן – אמעריקאנער אנאליסטן האבן געזאגט אז די סאציאליסטישע רעגירונג אין ווענעזועלע פארדינט אומדירעקט פונעם פאקט אז אמעריקע איז באטראפן געווארן פון צוויי גאר שווערע און היסטארישע האריקעינס אין די לעצטע פאר וואכן. די טראמפ אדמיניסטראציע האט מיט א חודש צוריק דערקלערט דעם ווענעזועלער לינקער פירער, ניקאלעס מאדוראו, אלס אן אפיציעלער "דיקטאטור" צוליב וואס זיין רעגירונג טוט גאר ברוטאל אונטערדרוקן די אפאזיציע און סיי וועלכע אנטי-רעגירונג פראטעסטן, און די אמעריקאנער רעגירונג זאגט שוין א שטיק צייט אז זי באטראכט שווערע סאנקציעס קעגן דעם מאדוראו רעזשים, וואס די הארבסטע סארט סאנקציעס וועט זיין אויב אמעריקע הערט אויף קויפן אויל פון ווענעזועלע. יעצט אבער, אז אמעריקע האט געליטן די צוויי האריקעינס, אירמא און הארווי, האט די טראמפ אדמיניסטראציע מורא אז מען וועט זיך דערזען מיט א מאנגל פון אויל און גאזאלין, איז דעריבער, אמווייניגסטנס אויף דערווייל, אפגעשיבט דער פלאן פון אויל סאנקציעס קעגן ווענעזועלע.

בילד: ווענעזועלע פארדינט פון אירמא און הארווי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל