פלארידע – א שוידערליכע געשיכטע האט פאסירט, ווען 8 עלטערע לייט זענען אומגעקומען פון די שווערע היצן ביי א נוירסינג היים אין האליוואוד, פלארידע. די אייגנטימער האבן אנגעבליך געזאגט אז עס האט פאסירט ווייל די עלעקטרישע קראפט איז אויסגעשאלטערט געווארן צוליב דעם האריקעין אירמע, וואס האט געפירט אז די היצן זענען דראמאטיש געשטיגן אינעם נוירסינג היים און מענטשן האבן אנגעהויבן שטארבן, אבער דאס איז לעכערליך ביז גאר, ווייל קעגנאיבער דער נוירסינג היים געפינט זיך א געהעריגער שפיטאל וואס האט געהאט פולע עירקאנדישאן דורכאויס דער גאנצער צייט.

די סטעיט אינסטאנצן האבן אנגעהויבן א דורכדרינגליכע מארד אויספארשונג, און זיי זאגן אז זיי האבן נישט קיין שום וועג צו ערקלערן די אומפארשטענדליכע בארבארישע אויפפירונג פון די נוירסינג היים פירער און די שטאבלייט, וועלכע האבן ווי עס שיינט נישט געהויבן קיין פינגער אין קאלט וואסער צו העלפן די עלטערע לייט, און הגם דאס ארט האט געהאט א גענעראטאר, איז עס אבער נישט געווען גענוג שטארק צו קרעפטיגן דעם עירקאנדישאן סיסטעם. די רעטונגס אינסטאנצן זענען דארטן אנגעקומען מיטוואך צופרי, ווען עמיצער האט זיי גערופן פון דארטן אז פאציענטן זענען אין פראבלעמען, און אנקומענדיג האט מען שוין געפונען דריי עלטערע מענטשן נישט ביים לעבן ל"ע.

150 פאציענטן זענען עוואקואירט געווארן צום דערנעבנדיגן שפיטאל, און אין שפיטאל זענען נאך 5 געשטארבן. די אינסטאנצן האבן געהייסן אונטערזוכן אלע נוירסינג היימען אין די האריקעין אירמא באטראפענע ערטער כדי אזוינס זאל זיך נישט איבערשפילן. עס איז אויך אנגעוויזן געווארן אז די אינסטאנצן האבן געהאט גערופן טעלעפאניש דאס ארט, נאכדעם וואס די קראפט איז אויסגעשאלטערט געווארן, און די נוירסינג היים באאמטע האבן געזאגט אז אלעס איז "אקעי."

בילד: שטורעם איבער טויטליכע נוירסינג היים פארנאכלעסיגונג ארום אירמא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל