וואשינגטאן – עטליכע סענאטארן האבן געמאלדן אז זיי וועלן פאראויסשטופן א ביל וואס וועט פארבעסערן סערוויס בשעת אן עמורדזשענסי. אפטמאל זעט מען ביי האריקעינס, טארנעידאס און אנדערע ענליכע סיטואציעס, אז סעלפאונס הערן אויף צו ארבעטן, אדער ארבעטן זיי זייער שוואך, און דאס קען זיין צומאל צוליב וואס א סעלפאון טורעם פון איין ספעציפישער פירמע איז אראפגעפאלן אדער געשעדיגט געווארן. ווען אזוינס פאסירט, וועלן די קאסטומערס פון דער ספעציפישער ווייערלאזער פירמע ליידן, בשעת קאסטומערס פון אנדערע פירמעס האבן ווייטער געהעריגע סערוויס, און דער פאקט אז טויזנטער מענטשן האבן נישט קיין סערוויס אויפאמאל, און זיי קענען נישט צוקומען צו 911 און אנדערע עמורדזשענסי ציפערן, קען זיין דער דיפערענץ צווישן לעבן און טויט. די סענאטארן, אין שפיץ פון סענאטאר טשאק שומער פון ניו יארק, ווילן דעריבער אז דער סענאט זאל באשטעטיגן די "סענדי" געזעץ, וועלכע וועט פארלאנגען אז אין עמורדזשענסי פעלער, זאלן סעלפאון פירמעס ערלויבן, אז די סעלפאונס פון קאסטומערס פון אנדערע פירמעס זאלן אויך ארבעטן אויף זייערע נעטווארקס און זייערע טורעמעס.

בילד: פלאן פאר סעלפאון סערוויס ביי קאטאסטראפעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל