וואשינגטאן – אין אמעריקע וועט מען היינט אפצייכענען זעכצן יאר פונעם ביטערן טאג סעפטעמבער עלעווען, און פרעזידענט טראמפ וועט עס אפצייכענען צום ערשטן מאל אלס פרעזידענט, ביי א "מאמענט פון שטילקייט" אין ווייסן הויז.

צו דער געלעגנהייט, זענען פובליצירט געווארן פרישע דעטאלן איבער א נייער אנקלאגע וואס איז אריינגעגעבן געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק קעגן דער סאודי אראביע רעגירונג איבער זייער ראלע אין די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, און די אנקלאגע באציט זיך ספעציפיש אויף צוויי סאודיער סטודענטן, מוכאמעד על קודוואהין און האמדאן על שאלאווי, וועלכע האבן שטילערהייט געדינט אלס אגענטן פאר דער סאודיער רעגירונג, בשעת זיי האבן געוואוינט אין אריזאנע. די אנקלאגע זאגט אז די סאודיער אמבאסאדע אין וואשינגטאן די-סי האט געצאלט רייזע בילעטן פאר קודוואהין און שאלאווי אין נאוועמבער יאר 999', אז זיי זאלן דורכפירן א פראבע אין בעפארברייטונג צו די מאסיווע היידזשעקינגס, און די צוויי האבן טאקע פרובירט אריינצוגיין אינעם פילאטן קאבינע עטליכע מאל, אויף א פליגער פון אריזאנע קיין וואשינגטאן, וואס דאס האט אזוי באאומרואיגט די פילאטן, אז זיי האבן געמאכט אן עמורדזשענסי לאנדונג אין אהייא. סאודי אראביע האלט ווייטער אן זייער שטעלונג אז זיי זענען ריין פון יעדן שולד איבער די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס.

בילד: אמעריקע צייכנט אפ פרישן 9/11 יארטאג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל