וואשינגטאן – רעפובליקאנער פארטיי סטראטעגיסטן זענען ערנסט באזארגט אז מען וועט אין די קומענדיגע וואכן און מאנאטן זען א כוואליע פון רעטייערמענטס אין קאנגרעס, וואס וועט נאר פארשווערן פאר די רעפובליקאנער אנצוהאלטן קאנטראל פון קאנגרעס ביי די מידטוירם וואלן קומענדיגן יאר. צוויי רעפובליקאנער קאנגרעסלייט, דעיוו רייטשערד פון וואשינגטאן סטעיט און טשארלי דענט פון פענסילוועניע, האבן געמאלדן א פאר טעג צוריק אז זיי גייען נישט לויפן פאר ווידערוויילונג, נאר זיי וועלן רעטייערן פון קאנגרעס, און פאליטישע אנאליסטן זאגן אז דאס איז צוליב וואס די צוויי זענען מעסיגע פאליטישאנס און האבן מורא אז זיי וועלן פארלירן ווידערוויילונג צוליב וואס די מער-קאנסערוואטיווע פליגל פון דער רעפובליקאנער פארטיי וועט קעמפן קעגן זיי. די דעמאקראטן דארפן צובאקומען פרישע 24 זיצן אין קאנגרעס צו געווינען קאנטראל, און זיי קענען עס גאנץ גרינג טאן, וויבאלד ס'זענען דא 23 רעפובליקאנער קאנגרעסלייט אין דיסטריקטס וואס פרוי קלינטאן האט געווינען. אויב וועלן מער אמטירנדע רעפובליקאנער קאנגרעסלייט רעטייערן, און די רעפובליקאנער וועלן דארפן ארויסשטעלן נייע קאנדידאטן, וועלן די ליידיגע זיצן ווערן נאך גרינגער פאר די דעמאקראטן צו געווינען.

בילד: זארגן איבער קאנגרעסיאנאלע רעטייערמענטס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל