ניו יארק – פרוי קלינטאן, די געוועזענע דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאטקע, האט געגעבן נעכטן א לענגערן אינטערוויו, אין וועלכע זי האט קלאר געזאגט אז זי גייט מער נישט דינען אלס קאנדידאט פאר קיין שום פאליטישער פאזיציע, אבער זי טרעט נישט אפ פון פאליטיק, ווייל זי וויל ווייטער בלייבן פארמישט אין פאליטיק און אין זאכן וואס זענען וויכטיג פאר'ן לאנד. ביים אינטערוויו האט קלינטאן אויך אנערקענט אז זי האט געמאכט פארשידענע שלעכטע קאלקולאציעס אין לויף פונעם קאמפיין סעזאן, און אז ס'זענען געווען פארשידענע געלעגנהייטן וואו זי וואלט ווען געקענט פארשטארקערן איר פאזיציע אלס קאנדידאט, וואס וואלט איר געהאלפן געווינען, און זי האט נישט אויסגענוצט די געלעגנהייטן. פרוי קלינטאן האט אויך געזאגט אז די סיבה פארוואס זי האט נישט געגעבן קיין קאנצעסיע רעדע אינעם וואל נאכט, נאר ערשט שפעטער, איז געווען ווייל זי האט באמת נישט געהאט צוגעגרייט א קאנצעסיע רעדע, זייענדיג זיכער אז זי גייט געווינען, און נאכ'ן פארלירן, איז איר געווען זייער שווער זיך צו קאנצענטרירן און שרייבן א קאנצעסיע רעדע.

בילד: קלינטאן: איך גיי מער נישט לויפן

צו באקומען:

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל