פאריז – א פראנצויזישע אידישע פאמיליע האט דורכגעלעבט עטליכע שטונדן פון טויט שרעק, ווען א גרופע פארשוינען זענען איבערגעפאלן זייער היים און געהאלטן די פאמיליע אלס משכונות. דער אינצידענט האט פאסירט פארלאפענעם דאנערשטאג נאכט אין היים פון דער ספרדי'שער פינטו פאמיליע אין א שטעטל נעבן פאריז, וואו דריי פארשוינען מיט וואפנס אין די הענט און מאסקעס אויפ'ן געזיכט, האבן זיך איינגעבראכן אינעם היים און געשריגן אז זיי פארלאנגען אלע ווערדפולע זאכן און געלטער וואס די פאמיליע פארמאגט. איינער פון די אטאקירער האבן געשריגן "איר אידן פארמאגט געלט!" בשעת'ן צעשלאגן די מוטער און איינעם פון די קינדער מיט גרויס ברוטאליטעט. עטליכע שעה האט געדויערט די גאנצע שרעקעדיגע איבערלעבעניש, ווען די פארשוינען האבן אויסגעפארשט די פאמיליע, מיט אויסגעשטרעקטע רעוואלווערס צו זייערע קעפ, אז זיי זאלן ארויסגעבן פונקטליך וואו עס ליגט באהאלטן געלט און ווערדפולע חפצים. ווען דער פאטער האט באוויזן צו אלארמירן די פאליציי, האבן די פארשוינען געכאפט קרעדיט-קארטלעך און צירונגען, און זענען אנטלאפן. לאקאלע אויטאריטעטן האבן שארף פארדאמט די רויבעריי, און געזאגט קלאר אז ס'איז געווען אנטיסעמיטיש מאטיווירט, און זיי פארשן עס אויס.

בילד: אנטיסעמיטישע היים רויבעריי אין פראנקרייך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל