סענט מארטין – נעכטן האט מען געהערט א דראמאטישע געשיכטע, אז הארט בעפאר שבת איז א אידישע פאמיליע עוואקואירט געווארן מיט א העליקאפטער פונעם "סענט מארטין" אינזל אינעם אטלאנטיק אקעאן, צוליב וואס שווערע ווינטן און רעגן שטורעמס האבן דארטן געבושעוועט, אלס שיריים פון האריקעין אירמא. ר' משה חאנאוויטש הי"ו, דער לאקאלער חב"ד רב, איז פארבליבן אין לויף פונעם האריקעין אויפ'ן אינזל, און האט זיך באוויזן צו ראטעווען אינאיינעם מיט זיין פאמיליע, דורכ'ן זיך באהאלטן אין דער לאקאלער מקוה, אבער פרייטאג איז דער וועטער געווארן אזוי געפערליך, אז די חאנאוויטש פאמיליע האט אלארמירט די אויטאריטעטן איבער זייער שווערן צושטאנד. אידישע רעטונגס וואלונטירן און לאקאלע באאמטע האבן פרובירט פארשידענע אפציעס, ביז ס'האט זיך בהשגחה פרטית געמאכט א פליגער פונעם אמעריקאנער מיליטער, וועלכע האט געברענגט אהין הומאניטערישע הילף, האט דער פילאט עוואקואירט די מוטער און די קינדער, פירנדיג זיי קיין פארטא ריקא, און ר' משה זעלבסט איז פארבליבן אויפ'ן אינזל צו העלפן אנדערע געשטראנדעטע.

בילד: אידן עוואקואירט פון אירמא בעפאר שבת

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל