פיאנגיענג – דער צפון קארעא פירער קים יאנג אן, האט אפגעהאלטן א מאסיווע פייערונג, וואו ער האט אויסגעלויבט און באעהרט זיינע נוקלעארע סייענטיסטן און טעכניקער, וועלכע זענען פאראנטווארטליך געווען פאר די זעקסטע און שטארקסטע נוקלעארע וואפנס פראבע וואס דער קאמוניסטישער רעזשים האט דורכגעפירט א וואך צוריק. איינער פון די סייענטיסטן, איז אידענטיפיצירט געווארן אלס קים דזשאנג סיק, א פופציג יעריגער סייענטיסט וועלכער האט לאנגע יארן געלעבט אלס פריוואטער בירגער אין צפון קארעא. מיט אפאר יאר צוריק האט אים דער רעזשים אויפגענומען צו אנטוויקלען וואפנס, און סיק האט באוויזן צו ברענגען צפון קארעא פון האבן בלויז צוריקגעשטאנענע ראקעטן, ביז'ן האבן פולקאמע אינטערקאנטינענטאל באליסטיק מיסילס און נוקלעארע וואפנס. די באעהרונג פאר די סייענטיסטן איז געקומען איין טאג נאכדעם וואס צפון קארעא האט אפגעצייכנט דעם 69'סטן יארטאג פון איר גרינדונג, וואס ס'איז געווען א זארג אז צו דער געלעגנהייט וועט זי דורכפירן א פרישן מיסיל טעסט, אבער זיי האבן עס נישט געטאן.

בילד: צפון קארעא באעהרט נוקלעארע סייענטיסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל