בערלין – די רעגירונג אין דייטשלאנד האט קלארגעשטעלט אז זיי וועלן נישט ארויסצאלן קיין איין פעני רעפעראציע געלטער פאר פוילן איבער דער צווייטער וועלט קריג, זאגנדיג אז די פראגע איבער די געלטער איז שוין געלעזט געווארן מיט איבער זעכציג יאר צוריק און ס'איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס מ'זאל זיך יעצט פריש נעמען רעדן דערפון. פוילן האט לעצטנס געזאגט אז דייטשלאנד האט א מאראלישן חוב צו באצאלן פאר דער מאסיווער דעסטרוקציע פון פילע שטעט און שטעטלעך וואס פוילן האט געליטן א דאנק די נאצישע מלחמה-מאשין וואס האט אינוואדירט פוילן ביי דער צווייטער וועלט קריג, און די פוילישע רעגירונג האט אנגעהויבן טאן פארשידענע שריט צו צווינגען דייטשלאנד אויף א לעגאלן פארנעם צו באצאלן פרישע געלטער פאר די מלחמה-פארבינדעטע שאדנס. אין איר רעאקציע האט דייטשלאנד ארויסגעברענגט אז די פוילישע רעגירונג האט שוין ביי עטליכע פעלער, אין יאר 953', אין יאר 970' און גאנץ לעצטנס אין יאר 04', זיך קלאר פארפליכטעט מער נישט צו פארלאנגען קיין שום רעפעראציע געלטער, און מיט דעם יעצטיגן פארלאנג, צייגט פוילן אז איר ווארט און צוזאג איז גארנישט ווערד.

בילד: דייטשלאנד: קיין רעפעראציע געלט פאר פוילן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל