ארעגאן – ווילדע ראיאטן און געשלעגן האבן אויסגעבראכן ביי א ראלי אין פארטלאנד, ארעגאן, וואו עס האבן זיך פארזאמלט פילע פראטעסטירער אויסצושרייען זייער קעגנערשאפט קעגן דער ווייסער נאציאנאליסטישע באוועגונג אין אמעריקע. די אנטי-נאציאנאליסטן באוועגונג, אונטער'ן נאמען "פאראייניגט קעגן האס", האט געהאט א פערמיט צו פראטעסטירן אין די גאסן פון פארטלאנד, אבער דאן זענען אנגעקומען מיטגלידער פון דער נאציאנאליסטישע "פארטלאנד פּרעיער גרופע" און האבן אנגעהויבן ווילדעווען מיט א קאנטער-פראטעסט, טראץ וואס ס'איז נישט קלאר געווען צי זיי האבן געהאט א פערמיט. ווילדע צווישנרופן זענען אנטשטאנען און עטליכע מיטגלידער פון די קעגנערישע גרופעס האבן זיך אפילו פיזיש געשלאגן איינער מיט'ן צווייטן, אבער די פאליציי האבן באוויזן שנעל אריינצוקומען אינמיטן דער סיטואציע, און האבן אפגעטיילט די צוויי גרופעס, פארמיידנדיג אן איבערשפיל פון וואס מ'האט געזען אין שארלוטסוויל, ווירדזשיניע עטליכע וואכן צוריק.

בילד: געשלעגן מיט נאציאנאליסטן אין פארטלאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל