מאנהעטן – אין ליכט פונעם טויטליכן ערדציטערניש וואס האט פאסירט אין מעקסיקא, וואו די צאל פאטאליטעטן האלט שוין ביי אריבער 90, האט מען נעכטן געהערט אן ערנסטע ווארענונג פון סייסמאלאגן און עקספערטן, וועלכע זאגן אז ניו יארק סיטי קען יעדע ליאדע מינוט באטראפן ווערן פון א מאסיוון ערדציטערניש. קעטרין מיילס האט פובליצירט א בוך איבער ערדציטערנישן אין אמעריקע, און זי ווארנט אז ניו יארק סיטי קען דערווארטן אן ערדציטערניש אין גאר נאענטן צוקונפט, באזירט אויפ'ן פאקט אז די סיטי שטייט העכער איינס פון די אונטערערדישע פלאטעס וועלכע צעווילדעווען זיך יעדע ארום 100 יאר. דאס לעצטע מאל וואס ניו יארק סיטי האט געהאט א דורכשניטליכן ערדציטערניש איז געווען אין יאר 884', וואס האט געטרייסלט די ברוקלין בריק און איינגעווארפן פילע געביידעס, און יעצט שטייט מען שוין מער ווי 130 יאר נאך יענעם ערדציטערניש, דעריבער קען עס פאסירן סיי ווען, אן קיין געהעריגע פאראויס-ווארענונג. לויט איר שאצונג, וועט א 5.0 ערדציטערניש אין ניו יארק סיטי, ברענגען 93 ביליאן דאלער שאדנס אין מאנהעטן אליינס, און שאפן 30 מיליאן טאנען ברוכווארג פון אלע צעפאלענע וואלקנקראצערס.

הוסף רשומת תגובה