קענטאקי – "טארגעט" האט פרייטאג געמאלדן אז זי האט געשניטן די פרייזן פון טויזנטער פראדוקטן אין אירע געשעפטן, אנגעהויבן פון סיריעל, בעיבי פארמולא, און געענדיגט ביי קליידונג און מעבל. די מעלדונג האט באלד געברענגט א נעגאטיווע רעאקציע אויפ'ן סטאק מארקעט, וואו סטאקס אין דער ריטעיל אינדוסטריע זענען געפאלן. די ריטעיל אינדוסטריע גייט אריבער א מאסיווע אויפשאקלונג, וואס האט זיך שוין אנגעהויבן עטליכע יאר צוריק ווען "עמעזאן" איז געווארן שטארקער, און ווערט נאר יעצט ערגער, דערמיט וואס עמעזאן האט אריינגעשטעקט איר נאז אינעם ריטעיל מארקעט דורכ'ן אפקויפן דעם גאנצן "האלל פודס" געשעפטן נעץ. צווישן די געשעפט-נעצן וועלכע האבן פרובירט זיך צוצושטעלן צום טוישנדן ריטעיל מארקעט, איז די "קרוגער" געשעפטן נעץ, וועלכע האט אויך געשניטן פרייזן, און האט געליטן שווערע פארלוסטן אין איר לעצטן פערטל. יעצט האט "טארגעט" געשניטן פרייזן, און מען קען דערווארטן אז זיי וועלן אויך באריכטן ערנסטע פארלוסטן ביים ענדע פונעם יעצטיגן פערטל. די אלע געשעפט-נעצן טוען עס, ווייל זיי ווילן קענען קאנקורירן מיט עמעזאן'ס ביליגע פרייזן אין די האלל-פודס געשעפטן.

בילד: ריטעיל סטאקס ליידט נאך "טארגעט" מעלדונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל