פלארידע – נעכטן ווען האריקעין אירמא איז באפאלן פלארידע, האט מען געהערט פון אן איינוואוינער וועלכער האט אראנזשירט דורכ'ן אינטערנעט א ספעציעלע פארזאמלונג, רופנדיג יעדן איינעם צו ברענגען ביקסן און אנדערע וואפנס, ווייל מען גייט "שיסן אויפ'ן האריקעין" מיט דער האפענונג אז ס'וועט אפגעשוואכט ווערן פון די קוילן... רייען עדווארדס זאגט אז ער האט אנגעהויבן דעם קאמפיין סתם פאר לאנגווייליגקייט, זייענדיג אונטער דרוק און שרעק פונעם האריקעין, אבער טויזנטער מענטשן האבן דאס גענומען גאר ערנסט, און מער ווי 27 טויזנט מענטשן האבן געשריבן אז זיי גייען אנטיילנעמען ביי דעם שיסעריי קאמפיין. עס האבן זיך ארומגעדרייט גענויע גראפיקס וואו פונקטליך מ'זאל שיסן אויפ'ן האריקעין, און אנדערע האבן צוגעלייגט צום גראפיק אז אויב שיסט מען אויפ'ן האריקעין, וועלן די קוילן זיך מיטדרייען מיט די האריקעין ווינטן און צוריקקומען צו באטרעפן די מענטשן וועלכע האבן זיי ארויסגעשאסן... טראץ וואס די גאנצע זאך איז געווען בלויז א וויץ, האט עס געברענגט אן ערנסטע רעאקציע פונעם פעסקאו קאונטי שעריף, וועלכער האט געזאגט אז "שיסן אויף א האריקעין וועט בכלל נישט מאכן אז דער האריקעין זאל זיך אויסדרייען און אוועקגיין".

בילד: נישט שיסן אויפן האריקעין!...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל