נאכ׳ן אנמאכן שווערע שאדנס פאר די קאריביער אינזלן, איז האריקעין אירמע נעכטן אינדערפרי אנגעפאלן אויף פלארידע, קודם אין די דרויסנדיגע קי אינזלן, און דאן איז זי געווארן אפגעשוואכט צו א קאטעגאריע 3 האריקעין ווען זי איז אנגעפאלן אויף טעמפע און נעפאלס.

טראץ די ערווארטונגען אז די האריקעין וועט ברענגען מאסיווע שאדנס פאר מיאמי איז די שטאט אפגעקומען מיט לייכטע שאדנס. וויבאלד אין די לעצטע שטונדען האט די האריקעין עטוואס געטוישט איר גאנג און געגאנגען אביסל לינקס צו מזרח, וואס באדייט אז די לינקע זייט פונעם האריקעין וואס איז מער שעדליך איז געבליבן אויפ׳ן ים, און עס איז אנגעקומען צום יבשה עטוואס אפגעשוואכט אלס א קאטעגאריע 2 האריקעין.

די שטורעם איז אנגעקומען פון דרום און די ברייט פון די שטורעם דעקט איבער כמעט גאנץ פלארידע. די אויג פון די שטורעם איז אנגעפאלן טאמפא און נעפאלס און די ארומיגע שטעט מיט די שטערקסטע מאכט, און מיאמי איז באטראפן געווארן דורך די אויסערדיגע רינגען פונעם האריקעין. די אויג איז געקומען מיט ווינטן פון ארום 100 מ.פ.ש. ביים צענטער, אבער אויך אין די דרויסנדיגע רינגען וועלכע האבן באטראפן מיאמי זענען די ווינטן ארויף פון 80 ביז 90 מ.פ.ש. און געברענגט מיט זיך שווערע פארפלייצונגען אויף פארשידענע גאסן פון עטליכע פוס הויך.

די מעכטיגע ווינטן האבן אומגעווארפן ביימער, און געשעדיגט געביידעס, און אזוי אויך אראפגעהאקט עטליכע קאנסטרוקציע קרעינס וואס האט געברענגט שאדנס צו די געביידעס. אויך די אידישע געגענטער אין מיאמי זענען שווער באטראפן געווארן פון פארפלייצונגען און שווערע שטורעמס.

די עיקר שאדנס איז אנגעמאכט געווארן צו די עלעקטרישע אינפרוסטרוקטור, עס האט אויסגעשאלטערט ארום 60 פראצענט פון די עלעקטערישע איינריכטונגען, און ארום 6 מיליאן פלארידע איינוואוינער געפונען זיך אן עלעטעריציטעט. אזוי אויך זענען באריכטעט געווארן 4 טויטפעלער אין פלארידע, און צוגאב צו די 27 טויטפעלער אין די קאריביער אינזלן.

ווי עס קוקט אויס ריקט זיך עס יעצט צו דשארדשיע און פון דארט קיין אלאבאמע און טענעסי. אבער אינצווישן איז עס שוין אראפגעגאנגען צו א טראפישע שטורעם, אבער עס איז נאך אלס ערווארטעט צו ברענגען שווערע פארפלייצונגען, און אין געוויסע געגענטער איז ערווארטעט צו פאלן איבער א פיס רעגן וואס קען ברענגען מאסיווע שאדנס פון פארפלייצונגען.

בילד: פלארידע אין די פינסטער: 60% פון פלארידע אפגעהאקט פון עלעקטעריציטעט

בילד: פלארידע אין די פינסטער: 60% פון פלארידע אפגעהאקט פון עלעקטעריציטעט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל