די פירערשאפט פון די קורדישע מיליציעס אין איראק האבן פאררופן א רעפערענדום וואס וועט אפגעהאלטן ווערן דעם 25סטן אין סעפטעמבער אין וועלכע די איינוואוינער אין די קורדישע ראיאן אין איראק וועלן שטימען איבער זייער צוקונפט. דער קורדישער פרעזידענט מסעוד אל-באַרזאַני האט נעכטן געזאגט אז טראץ די שטארקע אינטערנאציאנאלע דרוק וועלן די קורדן ווייטער גיין מיט זייער פארזוך פאר זעלבסשטענדיגקייט, אפגעזען אויב די צענטראלע רעגירונג אין באגדאד טוט איינשטימען, ער זאגט אז זיין לאנד וועט פארעמען אירע אייגענע גרעניצן און וועט זיי באשיצן, און אויב וויל באגדאד פארמיידן א באוואפנטע קאמפ וועלן זיי זיך דארפן זעצן צום טיש מיט די קורדישע פירערשאפט.

די פראצעדור איז גאר קאמפליצירט וויבאלד אנדערע לענדער אין די געגענט, סיריע, איראן און טערקיי האבן אויך גרויסע קורדישע באפעלקערונגען וועלכע גרעניצן זיך מיט איראק, און די זעלבשטענדיגקייט פון די קורדן אין איראק קען ברענגען דערצו אז די קורדן אין די אנדערע לענדער זאלן זיך פאראייניגן און גרינדען א פאראייניגטע קורדיסטאן, א לאנד וואס קען זיין א שטארקע געא-פאליטישע מאכט און באדראען די אראבישע און טערקישע דאמינאנץ אינעם ראיאן.

א ספעציעל קאמפ איז ערווארטעט איבער די צוקונפט פון די קירקוק ראיאן, א געגענט מיט א געמישטע באפלקערונג וואס איז רייך מיט אויל קוועלער און די קורדן באטראכטן עס אלס טייל פון זייערע טעראטאריע, אבער די איראקער רעגירונג וויל נישט אויפגעבן דערויף. אין די געגענט קומען נאך פאר שלאכטן צווישן אייסיס און די איראקער מיליטער, די קורדישע מיליציעס העלפן ארויס אין די קריג קעגן אייסיס, אבער נאכדעם וואס אייסיס איז באזיגט איז נישט אויסגעשלאסן אז זיי וועלן אויסדרייען די געווען איינער קעגן צווייטן און עס קען זיך אנטוויקלן אין אן ערנסטע ציווילע קריג.

בילד: איראקער קורדן זענען אנטשלאסן צו פאראויסגיין מיט רעפערענדום איבער זעלבסשטענדיגע קורדיסטאן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל