נאך א שטיק צייט פון פארהעלטנסמעסיגע רואיגקייט האט זיך אייסיס אינעם האלב-אינזל סיני ווידער געהויבן איר קאפ און דורכגעפירט א בלוטיגע אטאקע קעגן די עגיפטישע זיכערהייטס קרעפטן אין די אל-אריש געגענט אין סיני. די אטאקע האט פאסירט היינט אינדערפרי ווען א פארדעכטיגטע קאר איז אריינגעפארן צווישן א מאטארקאדע פון פאליציי, ווען די פאליציי האט אים פרובירט צו אפשטעלן איז די קאר אויפגעריסן מיט א גאר שטארקע מאכט און 18 פאליציאנטן אין די ארומיגע קארס זענען באלד אומגעקומען און נאך 4 זענען פארוואונדעט געווארן. באלד נאכדעם האט אויסגעבראכן א שיסעריי צווישן די פאליציי און אייסיס מיליטאנטן וועלכע האבן זיך אויסבאהאלטן אין די ארומיגע געגענט, לויט די פאליציי האבן זיי באוויזן צו אומברענגען אלע מיליטאנטן און עטליכע פאליציאנטן זענען פארוואונדעט געווארן אין די שיסעריי אויסטויש. די אטאקע האט געכאפט די אויטאריטעטן אין איבעראשונג וויבאלד לעצטנס איז אייסיס נישט געווען אקטיוו אין די געגענט און האט זיך קאנצעטרירט איבער וואס עס טוט זיך אויפ׳ן פראנט אין סיריע און איראק.

בילד: בלוטיגע אייסיס אטאקע אין עגיפטן לאזט איבער 18 פאליציאנטן טויט

מאפע: בלוטיגע אייסיס אטאקע אין עגיפטן לאזט איבער 18 פאליציאנטן טויט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל