אין די לעצטע טעג איז די וועלט אויפגעשוידערט פון די בילדער און באריכטן וואס קומען אן פון בורמע-מיאנמער, א לאנד אין מזרח אזיע מיט א באפעלקערונג פון ארום 51 מיליאן איינוואוינער. די ארטיגע רעזשים איז היינט אפיציעל באשולדיגט געווארן אין דורכפירן א פעלקער מארד און עטנישע רייניגונג אויף איר מוסלעמענער רוהינגע מינאריטעט. דער הויפט פון די פעלקער פאראיין קאנסיל איבער מענטשן רעכט ראאד אל חוסעין האט געזאגט אז וואס קומט פאר אין מיאנמאר איז א ״קלאסישע ביישפיל פון עטנישע רייניגונג״ און אז מען ווייסט מיטאמאל ווי ווייט עס גייט וויבאלד די אויטאריטעטן געבן נישט קיין צוטריט פאר באאבאכטער פון די פעלקער פאראיין.

עס ווערט געשאצט אז ארום 313,000 מוסלעמענער פון די רוהינגע מינאריטעט זענען אנטלאפן צו די דערנעבנדיגע בענגלאדעש אין די לעצטע צוויי וואכן זינט עס האט אויסגעבראכן די קריג צווישן די מיליטאנטן פון די רוהינגע מיט די בורמעזער מיליטער, די פליכטלונגען פארציילן שוידערליכע געשיכטן איבער מארד און ברוטאליטעטן וואס די טרופן פירן דורך אויף די מיטגלידער פון די שבט. און זייערע געשיכטעס ווערן באשטעטיגט דורך סאטעליט בילדער אין וועלכע מען זעהט ווי גאנצע דערפער זענען געווארן אפגעווישט אין די מיליטערישע אפעראציעס.

די רעגירונג אין מיאנמאר אנטזאגט זיך צו פארהאנדלן מיט די פארשטייער פון די לאקאלע מיליציעס וואס האבן געבעטן א פייער אפשטעל, זאגנדיג אז זיי פארהאנדלן נישט מיט קיין טעראריסטן. דער באריכט זאגט אז אמווייניגסטנס טויזנט מענטשן זענען אומגעקומען אבער וואשיינליך איז די ציפער פיל העכער.

די רוהינגיע מינאריטעט זענען א גאר פארפאלגטע געמיינדע, די מיאנמארער רעגירונג וועלכע זענען הויפטזעכליך בודהיסטן טוען זיי נישט אנערקענען אלס בירגער פון לאנד און זאגן אז זיי געהערן צו בענגלאדעש, אבער בענגלאדעש זאגט אז זיי געהערן צו מיאנמער, א זאך וואס באדייט אז זיי געהערן נישט צו קיין איין לאנד און ליידן פון שוידערליכע ארימקייט און הונגער. די ארטיגע רעגירונג לייקנט אפ אלע באריכטן און זאגן אז די אקציעס זענען געצילט קעגן טעראריסטן און אלע באריכטן זענען דיס-אינפארמאציע וואס ווערן פארשפרייט פאר בייזוויליגע צוועקן.

בילד: דער הויפט פון די פעלקער פאראיין קאנסיל איבער מענטשן רעכט ראאד אל חוסעין

בילד: די רוהינגיע מינאריטעט פראטעסטירט די פארפאלגונג

בילד: פעלקער פאראיין באשולדיגט בורמא אין עטנישע רייניגונג

בילד: די שווערע לעבנס שטייגער פון די רוהינגיע מינאריטעט אין בורמע-מיאנמער

בילד: די רוהינגיע מינאריטעט האבן נישט קיין רוה אפילו זייערע לאגערן, ווי זיי ווערן אינטערגעצינדן

בילד: עס ווערט געשאצט אז ארום 313,000 מוסלעמענער פון די רוהינגע מינאריטעט זענען אנטלאפן צו די דערנעבנדיגע בענגלאדעש

בילד: די רוהינגיע אויסוואנדערונג


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל