אין אמעריקע ווערט היינט אפגעצייכנט 16 יאר פון די טאג ווען אמעריקע איז געקומען אונטער די גרעסטע טעראר אטאקע אין איר היסטאריע, די צענטראלע צעראמאניע קומט פאר היינט נאכמיטאג אין ניו יארק ביי די מעמאריעל וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפ׳ן ארט פון די צווילינג טורמעס, אין וואשיגנטאן האט דער פרעזידענט אפגעצייכנט די געשעעניש מיט א ״מאמענט פון שטילקייט״ אין ווייסן הויז אין די זעלבע צייט וואס דער ערשטער פליגער האט אריינגעקראכט אין די געביידע. אזוי אויך זענען פארגעקומען אנדענק צערעמאניעס ביים פענטאגאן מיט די באטייליגונג פון פרעזידענט טראמפ פאר וועמען עס איז די ערשטע 9/11 אלס פרעזידענט. ביי די צערעמאניע האבן געהאלטן רעדעס דער פארטיידיגונגס סעקערטאר דשים מעטיס, דער הויפט גענעראל דשאסעף דאנפארט און פרעזידענט טראמפ וועלכער האט אין זיינע באמערקונגען דערמאנט די געליטענע אין די האריקעין אירמע און הארווי און פארשפראכן צו העלפן מיט וואס מעגליך.

Image Alternative Text



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל