״די רעפובליקאנער ווילן עלימינירן די אויסגאנג פון די לעצטע וואלן״ האט דער געוועזענער הויפט סטראטעגיסט פון ווייסן הויז סטיוו בענאן דערקלערט אין א טעליוויזיאנירטע אינטערווי נעכטן, ער האט פארשפראכן צו אנהאלטן א קאמפ פון אינדרויסן קעגן די וואשינגטאן עסטעבלישמענט. ער האט פערזענליך שארף אראפגעריסן די לעגיסלאטיווע פירער מיטש מעקאנעל און פאול רייען און זיי באשולדיגט און זוכן צו אונטערברעכן די אויטאריטעט פונעם פרעזידענט.

ער האט געזאגט אז ער טוט פאראויסזעהן א שטארקע פארלוסט פאר די רעפובליקאנער אין 2018 צוליב אימיגראציע, און האט באשולדיגט אז דער פרעזידענט האט געמאכט א גרייזיגע באשלוס מיט׳ן געבן פאר קאנגרעס 6 מאנאטן צו ערזעצן די דאקא פראגראם זאגנדיג אז יעצט ווען די רעפובליקאנער וועלן זיין געצווינגען צו שענקן אמנעסטיע פאר אומלעגאלע אימיגראנטן וועט דאס קאסטן פאר זיי די מיד-טוירם וואלן.

בענאן האט ארויסגעברענגט זיין פרוסטראציע מיט דעם וואס די אדמינסטראציע איז געווארן ״איבערגענומען״ דורך מעסיגע עלעמענטן אין וואשינגטאן, און אז דער פרעזידענט רוקט זיך אוועק פון זיין באזע און פון זיינע קאמפיין פארשפרעכונגען, ער האט אונטגערגעשטראכן אלס איינע פון די הויפט פרינציפן אין ווייסן הויז אונטער זיין פירערשאפט די פרינציפ פון ״אבסעלוט געטריישאפט״ פאר׳ן פרעזידענט, און געזאגט אז קריס קריסטי האט אנגעוואוירן א פאזיציע אין די אדמיניסטראציע וויבאלד ער האט נישט פארטיידיגט דעם פרעזידענט ביי די קאמפיין ווען ער איז געקומען אונטער קריטיק נאכדעם וואס א רעקארדירונג איז אפירגעקומען ווי ער רעדט געמיין.

ער האט אויך באצייכנט דאס וואס דער פרעזידענט האט אפגעזאגט דשעימס קאומי אלס ״דער ערגסטער גרייז וואס א פרעזידענט האט געמאכט אין די היסטאריע״ און געזאגט אז דאס האט געברענגט דערצו אז עס איז דא א ספעציעלער אויספארשער איבער רוסלאנד.

אין די אינטערוויו האט ער נישט באהאלטן זיין אומצופרידנהייט מיט די יעצטיגע פירערשאפט אינעם ווייסן הויז, און געזאגט אז זיי טוען נישט גענוג צו באשיצן דעם פרעזידענט און זענען נישט געטריי צו אים, ער האט געזאגט אז ער איז ביי די מיינונג אז דער הויפט עקאנאמישער ראטגעבער גערי כהן זאל זיך אפזאגן צוליב דעם וואס ער האט קריטיקירט דעם פרעזידענט נאך די שארלאטסוויל געשעענישן.

Image result for steve bannon

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל