דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו איז היינט אנגעקומען אויף א באזוך אין ארגענטינע, זייענדיג דערמיט דער ערשטער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער צו באזוכן אין סאוט אמעריקע. און אלס טייל פון די נענטערע באציאונגען צווישן די לענדער האט דער ארגענטינער פרעזידענט מאוריסיאו מאקרי פארשפראכן אז ער וועט ארויסגעבן רעגירונגס ארכיוון וועלכע וועלן ווארפן א ליכט אויף די פארצווייגטע פארבינדונגען וואס די ארטיגע רעזשים האט געהאט אין די צייטן פון צווייטן וועלטס קריג מיט די נאצי רעזשים. דער פרעזידענט האט געזאגט אז די דאקומענטן זענען גאר ווייטאגליך און זענען א ״וויכטיגע פארמעגן פאר דאס אידישע פאלק״.

ווי באקאנט האט ארגענטינע און אנדערע לענדער אין סאוט אמעריקע געשאנקן שוץ פאר אנטלאפענע נאצי פארברעכער נאכ׳ן קריג, און האבן אין טייל פעלער באקומען דיפלאמאטישע שוץ פון די פאשיסטישע פראן רעזשים אין ארגענטינע. די מערסט באקאנטער נאצי פארברעכער וועלכער האט זיך אויסבאהאלטן דארט איז אדאלף אייכמאן, און לויט געוויסע באריכטן אויך דער גרויזאמער דאקטאר מענגעלע.

די ארכיוון אנטהאלטן קאפיס פון 139,544 דאקומענטן פון די ארגענטינער אויסערן מיניסטעריום, די דאקומענטן וועלן קענען ווארפן א ליכט אויף מיסטעריעס ווי עס זענען אפירגעקומען פארשידענע נאציס. די דאקומענטן וועלן אריבערגיין צו די מדינת ישראל רעגירונג וועלכע וועט עס געבן פאר יד ושם צו אויספארשן, און אזוי אויך איז ערווארטעט אז די האלאקאוסט מוזעאום אין וואשינגטאן וועט באקומען קאפיס און וועט עס עפענען צו פארשער און היסטאריקער.

בילד: ארגענטינע וועט ארויסגעבן ארכיוון איבער אירע נאצי פארבינדונגען



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל