עס איז נישט קיין אלטע זאך עס איז בסך הכל אויב מיר רעכענען עס פון 2012 וואס פארדעם האט עס נישט געהעריג געארבעט בנוסף וואס עס איז נאר געווען דעמאלטס 3-גי, איז עס בערך פינף יאר אלט, אין די פינף יאר אסאך אסאך אריבער, סיי אין די חרדי'שע וועלט און סיי אין די פרייע וועלט,

אין די חרדי'שע איז עס געווארן אויפגענומען געווארן מיט שרעק און אנגסט, באזירט אויף א געמיש פון סיבות, אבער האט צוויי שרשים, איינס איז דאס באקומען פרייע צוטריט די די פרייע וועלט אן קיין ארבעט פון זיך דארפן טרעפן ערגעץ אדער רופן, מען קען זיך טרעפן דורך די אלע מעסעדזשינג זייטלעך, מען קען ליינען וואס מען וויל אן קויפן ביכער אן זיך שלעפן צי א לייבערי, און די צווייטע זאך איז די צוטריט צו אומאיידעלע מאטריאל וואס לויט אונז אידן איז עס אסור על פי תורה,

אין די פרייע וועלט פארט עס בעסיקלי אן קיין שום עכטע ווידערשטאנד באופן כללי, אין סקול ווי איך פארשטיי ברענגט יעדער די סמארטפאון וכו', זיידעס האבן זיך נאך נישט צוגעכאפט דערצו, אבער אחוץ פון זיי האבן קינדער פון זעקס יאר און העכער שוין סמארטפאונ'ס, ווי מען גייט און ווי מען שטייט זעט מען קינדער ווארטן מיט די מאמע אין א סטאר האלטן א ריזן זעקס אינטש טעלעפאון אין די האנט און פליען פון איין יו-טוב ווידעא צי די צווייטע און דערנאך צי קענדי קראש און אלע אנדערע געימס,

דער לעבן איז געווארן בעסער און ליפטיגער, און לטוב, ס'איז שווער אויסצורעכענען יעדע זאך וואס ס'האט זיך געטוישט, אבער אינפארמאציע איז געווארן אוועילעבעל פאר יעדן צוגלייך, אויב זענט איר אין א סטאר און איר דארפט האבן איי-די קען מען עס דיר אריינשיקן א פיקטשער אויף וואטסעפפ אן דארפן צוריקגיין, ווילט איר אנקומען ערגעץ קען איר ביז רגעים טרעפן די פלאץ, לאנדעט איר אין א פרעמדע מדינה האט איר א איבערטייטשער אויפן טעלעפאון, יעדע געשעפט קען מען טרעפן אין רגעים אן דארפן קוקן אין א ביכל ווי עס איז, אדער אנשטאט אריינרופן אינפארמאציע צענטער אויסצוגעפינען ווי דער פלאץ איז, דירעקציעס פאר קאר/באס/באן/טעקסי קען מען טרעפן אין גוגל, ווילט איר עפעס קויפן קענט איר אויפזוכן אינפארמאציע צי עס איז יא גוט אדער נישט, ווען ס'צוברעכט זיך און ווען ס'ארבייט, אלעס איז געווארן ביליגער ווייל קאמפעטישן איז אסאך שטערקער, יעדער קאמפיעט מיט יעדן, נאכדערצו פאר אונז היימישע פלעגט מען קענען רייסן פרייזן בפרט אויף עלעקטראניקס/שיך וכו', מיט די אינטערנעט האט זיך די גאנצע זאך געענדיגט, בנוסף וואס אן די אינטערנעט איז נישט אלע אייטעמס געווען אוועילעבעל אייביג אין די לאקאלע געשעפט, אפגערעדט אויב דו האסט געדארפט א ספעציפישע זאך האסטו געקענט קוקן אין די מעלות פאר א טעלעפאון נומבער און עס באשטעלן און צאלן פאר פעדעקס 34 דאלאר שיפינג (אוי איז דאס געווען צייטן)

דאס אלעס איז די גוטע חלק, אבער צוריק א רגע צי די קינד פון זעקס יאר וואס זיצט אין סטאר מיט א ריזן טעלעפאון און לויפט פון די געים צי יו טוב צי וואטשן קליפס און אינטערסאנטע זאכן, אין די צייט מוטשעט ער נישט די מאמע, איז דאס א גוטע זאך? מען קען זאגן אז יא און מ'קען זאגן אז נישט, אבער וואס איז די תועלת פארן קינד אז אגאנצן צייט טוט ער עפעס?

משה קומט אריין צי א חנוכה פארטי און די ערשטע זאך, נאך פאר וואס ווען וואו, שלעפט ער ארויס די טעלעפאון און מאכט זיך שיעף און שטרעקט ארויס די טעלעפאון פאראויס צו קענען כאפן א גוטן סעלפי מיט די טיש אויסלייג און מיט די גרויסע ווייט פיש און עס ארויסשיקן אויף וואטסעפפ/אינסטעגראם/סנעפטשעט וכו'. וואס משה האט נישט אין אכט גענומען אז ווען ער איז אריינקומען זענען געווען זיינע ברידער/שוועסטער טאטע/מאמע וכו', און פאר וואס ווען וואו גריסט מען יעדן מיט א רואיגקייט און דערנאך כאפ וויפיל פיקטשערס דו ווילסט, משה ווייסט אבער נישט וואס דו ווילסט פון עם, אין זיין משפחה איז טאקע נישט אזוי אריינגעריסן די סמארטפאון אויף א דעגרי אז פון יעדע זאך מוז מען האבן א סנעפ (snap) אבער ער האלט דאך אין איין באקומען פיקטשערס פון חברים פון יעדע געשעעניש, איז פארוואס זאל ער ער זיין צוריקגעשטאנען? שוין משה האט געענדיגט די סנעפּס און ס'איז שוין אויף אלע עפפ'ס, מען באגריסט יעדן, ביז א מינוט שפעטער פאנגט אן אריינפליסן אלע ריפליי'ס איבער ווי שיין ס'איז די בילדער, און די ווייט פיש איז א גרויסע, און די טישטוך איז עפעס וואס איינער האט געזיכט שוין פאר א לאנגע צייט, און ווי האסטו עס באקומען וכו', בקיצור די פיקטשערס זענען ארויס צו איבער דרייסיג חברה און יעדע מינוט קומט אריין נאך א ריפליי און נאך איינס, בקיצור פון די דריי שעה וואס די פארטי איז אנגעגאנגען האט משה גערעדט מיט זיינע קרובים אבער יעדע מינוט האט ער געמוזט איבערהאקן פאר די וויכטיגע מעסעדזשעס וואס זיינע חברים האבן עם אריינגעשיקט, איי מען ענטפערט סתם אויף די נארישע פיקטשער וואס ער האט פריער ארויסגעשיקט, נאר משה טראכט אפילו נישט, ער מוז ענטפערן אויף יעדע זאך און אויף די רגע ווייל אויב נישט...

ווייל אויב נישט, וואס וועט געשען? די ענטפער אויף דעם מוטשענען זיך יעדער איינער, דאקטוירים סייענטיסטן וכו', פאר פינף יאר צוריק איז ארויסגעקומען א שטודיע אז א ארבעטער קוקט די אימעיל צוויי מאל א שעה אפילו עס איז נישט געווען קיין שום דערמאנונג (notification), לויט זיי איז די פחד אונטערן באוואוסטזיין גאר שטארק, און א מענטש האלט אין איין נאכגעבן פאר די פחד אז ס'קען זיין אז ער האט פארפאסט, עס איז אריינגעקומען אן אימעיל און ער האט עס נישט געזען, איי דו קענסט ענטפערן מארגן, און אפילו אויב דו האסט פארפאסט וואט וועט שוין געשען, דאס מאכט אבער נישט אויס, דאס האב געהערט אויך ענ-פי-אר פאר פינף צוריק און דאס איז געווען אויף אימעיל נישט אויף די אלע גרופעס/עפפ'ס, היינט מיט וואטסעפפ/אינסטעגראם וכו' איז עס אסאך אסאך מער צי די שלעכטע זייט, אונז קענען קוקן אויף משה מיט א מאדנע בליק פארוואס איז ער נישט מחשיב די מענטשן ארום עם וואס זענען פאקטיש דא אנטקעגן די מענטשן וואס זענען דא ווירטואל, אבער ער איז שוין נישט בעל הבית, יעצט ער איז אונטער פרעשור צו ענטפערן און ענטפערן,

וואס שטעקט אינטער די גאנצע נושא? קלארער געפרעגט איז דער טעלעפאון אפשר נישט א גוטע זאך? די ענטפער לדעתי איז אז עס ברויכט נאך א תיקון גדול, די פרעשור וואס די טעלעפאון האט אריינגעלייגט אין אונז האט צוגעברענגט אז מיר זאלן נישט זיין קיין רואיגע מענטשן און מוזן עפעס טון א גאנצע צייט, לדוגמא א מענטש וואקט ארויס פאר 5 מינוט לייגט ער עפעס אריין אין די אויערן, מען קוקט א מאווי און עס איז נישט אינטערעסאנט פאר די רגע שלעפט מען ארויס די טעלעפאון, מען פארט ערגעץ מיט מענטשן וואס זענען נישט די אינטערעסאנסטע ווייטער די טעלעפאון, מ'טרעפט משפחה איז מען ביזי מיט פרעמדע, הצד השוה שבהם אז די טעלעפאון איז א אויסלייז פון סאציאלע פראבלעמען וואס איז מן הסתם גוט אז מענטשן זאלן זיך ספראווען דערמיט, (חוץ אז מען קען בייאלאגיש אויפווייזן אז נישט... (אדער אז מען דארף אויפווייזן אז מענטשן זענען געבוירן זיך צי ספראווען מיט פראבלעמען...) ) דערפאר קען אויסקומען אז מענטשן זאלן זיך טרעפן און טרעפן און זיך קיינמאל נישט באקענען, אין די חלק איז עפעס וואס ווערט און וועט ווערן ערגער און ערגער, און דאס איז זיכער א נושא וואס ברויכט א לעזונג, וואס זעט נישט אויס אז עס וועט קומען עפעס א לעזונג בקרוב,

פון די מיידל אין די סטאר מיט'ן טעלעפאון אויף יו-טוב און געימס, פון משה אלץ אן ערוואקסענער מיט זיינע פראבלעמען, בלייבט פאר אונז אלע צי זען ווי עס וועט גיין.

איין זאך לדעתי איז זיכער, אויב וועט מען שטעקן די קאפ אין זאמד און זאגן אז זאכן זענען גוט וועט עס זיכער זיין קאטאסטראפיש...

איך אליינס האב שוין איינגעשטעלט אסאך פרינציפן, אבער מיט דעם אלעם ארבייט עס נישט אלעמאל, אבער איך האף עס צו איינשטעלן געהעריג,

בילד: דער מהלך החיים און דער סמארטפאון

פון טרויבן88

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל