פלארידע – האריקעין אירמא האט זיך נעכטן אויפגעהויבן פון פלארידע און אריבערגעקרייזט צו דער דערנעבנדיגער דזשארדזשיע, וואו זי איז אנגעקומען אלס אן אפגעשוואכטער "טראפישער שטורעם" מיט ווינטן פון 65 מייל פער שטונדע, און מען דערווארט אז היינט וועט עס אנקומען קיין אלאבאמא און מיסיסיפי, און דערנאך מיטוואך קיין ארקענסא און טענעסי, און אויף ענדע וואך וועלן קיין ניו יארק אנקומען שווערע ווינטן און מאסיווע רעגן שטורעמעס, אלס שיריים פונעם האריקעין.

לענגאויס פלארידע, אריינגערעכנט די "קי" אינזלען, האט מען נעכטן אנגעהויבן צו קומען צו זיך. פעדעראלע עמורדזשענסי באאמטע האבן געזאגט, אז די אפעקטס פונעם האריקעין וועלן זיך שפירן פאר לאנגע מאנאטן און יארן, אבער אין דער זעלבער צייט האבן די אויטאריטעטן געווארנט, אז די עוואקואציע פארארדענונגען זענען נאך אין קראפט, און קיינער זאל נישט צוריקקומען צו זייערע הייזער, אזוי לאנג ווי מען מעלדט נישט אפיציעל אז די עוואקואציעס זענען אנולירט און מ'קען אהיימקומען.

א שאצונג וואס מען האט נעכטן געהערט, האט געצייגט אז האריקעין אירמא האט אנגעמאכט שאדנס פון ארום 100 ביליאן דאלאר, וואס נעמט אריין די שאדנס וואס די פלארידע טוריזם אינדוסטריע וועט ליידן פאר די קומענדיגע פאר חדשים. דאס באדייט אז די צוויי האריקעינס אינאיינעם, האריקעין אירמא און האריקעין הארווי, וועלכע האט באטראפן טעקסאס מיט 2 וואכן צוריק, וועלן אפקאסטן פאר דער אמעריקאנער עקאנאמיע נאענט צו 300 ביליאן דאלאר – מאכנדיג עס דער סאמע מערסט-קאסטבארער האריקעין סעזאן אין היסטאריע.

בילד: האריקעין אירמא אפעקטס וועלן זיך לאנג שפירן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל