בערלין – א בריטישער געבוירענער וועלכער וואוינט אין דייטשלאנד זאגט, אז ער איז אויפגעקומען מיט א וועג וויאזוי צו פארזיכערן אז ער בלייבט אייביג פארבינדן מיט זיין אריגינעלן היימלאנד ענגלאנד, אפילו נאכדעם וואס דער ברעקזיט וועט שוין זיין באשטעטיגט און ענגלאנד וועט זיין אינגאנצן אפגעריסן פון דייטשלאנד און די איבריגע אייראפעאישע יוניאן. דער 53 יעריגער גערי בלעקבורן, וועלכער וואוינט שוין אין דייטשלאנד 32 יאר, האט אוועקגעשטעלט "קליין ענגלאנד" ביי זיך אין הויף, און די אויסשטעלונג באשטייט פון א גרויסן מיליטערישן טאנק וואס ער האט אפגעקויפט ביי א ליציטאציע וואס דאס דייטשע מיליטער האט דורכגעפירט, און ארום דעם טאנק האט ער אוועקגעשטעלט מיניאטורן פון פארשידענע בריטישע סימבאלישע געביידעס און סטרוקטורן, אריינגערעכנט קליינע רויטע טעלעפאן בודקעס, וועלכע זענען באקאנט און פארשפרייט אין ענגלאנד. שכנים באקלאגן זיך איבער'ן גרויסן טאנק וואס ער האט אראפגעשטעלט, אבער ער זאגט אז ער גייט באקעמפן די שכנים, ווייל אלעס וואס ער האט אראפגעשטעלט אלס "קליין ענגלאנד" איז הונדערט פראצענט לעגאל.

בילד: "קליין ענגלאנד" אין דייטשלאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל