פלארידע – ווי דערווארט, איז האריקעין אירמא אנגעפאלן פלארידע מיט א שטארקן מאכט, ווען עס האט אינדערפרי צוערשט באטראפן די "קי" אינזלען אלס א קאטעגאריע 4 האריקעין, מיט ווינטן פון 130 מייל פער שטונדע. אירמא האט זיך דערנאך גערוקט צו פלארידע טעריטאריע זעלבסט, וואו ס'האט געשאקלט געביידעס, אומגעווארפן גאס-שילדן, ביימער און טראפיק-לעמפ, שאפנדיג אומגעהויערע שאדנס, און לאנגע טעג און וואכן וועט דויערן אפצושאצן און ארויסהאבן גענוי וואס א חורבנות ס'האט אנגעברענגט.

- אירמא איז אנגעפאלן אויף דער אנדערער זייט פלארידע, נישט ווי מ'האט געהאט פאראויסגעזאגט ביז מיט עטליכע טעג צוריק, אז ס'וועט אנפאלן דעם מיאמי ראיאן. אויב וואלט עס ווען אנגעפאלן מיאמי, וואלט די סיטואציע געווען פיל ערגער, וויבאלד דארטן זענען דא מער הויכע געביידעס, קאנסטרוקציע קרעינס און אנדערע פאקטארן, וועלכע וואלטן געמאכט אירמא פיל טויטליכער.

- פארט האט מען געשפירט דעם האריקעין גאר שטארק אין מיאמי, וויבאלד די דרויסנדיגע רינגען פונעם האריקעין, מיט ערנסטע ווינטן פון 90 מ.פ.ש. און רעגן שטורעמס, האבן באטראפן מיאמי און געברענגט פארפלייצונגען אויף אלע גאסן פון עטליכע פוס הויך. עטליכע אידישע איינוואוינער אין מיאמי האבן געברענגט לעבעדיגע גריסן אין לויף פונעם טאג, זאגנדיג אז טראץ די שווערע וועטערס זענען זיי נישט אין א לעבנס געפאר.

- אירמא האט דורכגעריסן די שטעט פון טעמפא, נעפאלס און מארקא איילענד, ברענגענדיג ערנסטע דעסטרוקציע און פארפלייצטע גאסן, איבערלאזנדיג ארום 2.4 מיליאן לענגאויס די סטעיט אן קיין עלעקטעריציטעט. מען האט אויך דערווארט טויטליכע "סטארם סוירדזש", וואס באדייט אז נאכדעם וואס דער האריקעין רוקט זיך אוועק פון א געגנט, קומען ארויס פונעם אטלאנטיק הויכע וואסער כוואליעס, וועלכע קענען צומאל זיין 12 פוס הויך.

- וואס טיפער אין טרוקעניש אירמא האט זיך אריינגערוקט, אלץ מער אפגעשוואכט איז עס צעביסלעך געווארן, און אום 5 אזייגער נאכמיטאג איז עס שוין געווען בלויז א קאטעגאריע 2 שטורעם. עס האט נאך אלץ געהאט ווינטן פון הונדערט מייל פער שטונדע, אבער די אפשוואכונג באדייט אז אויף היינט נאכמיטאג, בעת ס'וועט אנטרעפן דזשארדזשיע און אנדערע סטעיטס, וועט עס שוין ווארשיינליך זיין בלויז א טראפישער שטורעם.

- שרייבנדיג די שורות, האט מען געהערט פון 3 טויטפעלער אין פלארידע אין פארבינדונג מיט'ן האריקעין, אריינגערעכנט א פאל וואו צוויי אפיצירן זענען געווען אויפ'ן וועג אין הארדי קאונטי אפצונעמען פרישע סופלייס פאר א לאקאלן שעלטער, און זיי זענען געווען פארמישט אין א שווערן עקסידענט פון וועלכן זיי זענען ביידע געשטארבן אויפן ארט. אויסער דעם האבן פאליציי דורכגעפירט א גרויסע צאל ארעסטן אויף פלינדערער פון געשעפטן.

- פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעגעבן א "מעידזשאר דיזעסטער" דעקלעראציע פאר פלארידע, ערמעגליכנדיג אז פעדעראלע הילף זאל גלייך קענען געשיקט ווערן אהין. וויצע פרעזידענט פענס האט געזאגט אז דער פרעזידענט האלט מיט די אנטוויקלונגען ארום אירמא 24 שעה רונדע דעם זייגער, און טראמפ האט אין א סעריע סטעיטמענטס אויסגעדרוקט מיטגעפיל מיט פלארידע, זאגנדיג אז מ'איז טאקע מזל'דיג אז ס'האט נישט באטראפן מיאמי.

- אויסער די ערנסטע שאדנס פאר פריוואטע נכסים פון פלארידע איינוואוינער, איז ערווארטעט אז די שאדנס אויף פלארידע׳ס גרויסע טוריזם אינדוסטריע וועט זיך שפירן פאר א לאנגע צייט. פלארידע האט פאראיאר געהאט 113 מיליאן באזוכער, וועלכע האבן געשפענדט 109 ביליאן דאלער, און מיט די פילע האטעלס און רעזארט ערטער וואס האבן פיללייכט געליטן שאדנס פון אירמע, וועט די אינדוסטריע שטארק ליידן.

- צווישן די פארשידענע אנטוויקלונגען און געשעענישן: 2 גרויסע קאנסטרוקציע קרעינס צוזאמגעפאלן פון די שווערע ווינטן, אבער קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן; א לאך האט זיך געשאפן אינעם דאך פון די ״דזשארמעין ארינא״ סטאדיום וואס דינט אלס שעלטער פאר 10 טויזנט מענטשן; אן ערנסטע סיטואציע האט זיך אנטוויקלט ביי די ״אקאדעמי ספארטס״ געשעפט אין אראנדזש קאונטי, פלארידע, וואו גנבים באוואפנט מיט גערויבטע רעוואלווערס האבן זיך איינגעשפארט און נישט געוואלט אונטערגעבן פאר די פאליציי פאר א לענגערע צייט.

בילד: אירמא בושעוועט אין פלארידע; מיאמי טיילווייז אפגעשוינט

בילד: אירמא בושעוועט אין פלארידע; מיאמי טיילווייז אפגעשוינט

בילד: אירמא ווארפט אום א קרעין

בילד: ביהמ"ד דעכל וואס אירמא האט פארשוועמט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל