אוקריינע – נעכטן האט זיך געטאן ערנסטע דראמא ביים גרעניץ צווישן פוילן און אוקראינע, וואו דער געוועזענער גרוזיער פרעזידענט, מיכאאיל סאקאשווילי, האט זיך דורכגעריסן די גרעניץ און איז אריינגעקומען קיין אוקראינע, טראץ וואס די אוקראינישע גרעניץ באאמטע האבן אים נישט געוואלט דורכלאזן. סאקאשווילי האט איבערגענומען די מאכט אין גרוזיע אין יאר 03' נאך א פרא-מערב וועלט רעוואלוציע, און ער איז אריגינעל געווען זייער באפריינדעט מיט'ן יעצטיגן פרא-מערב וועלט אוקראינישן פרעזידענט פעטרא פאראשענקא, און פאראשענקא האט אים אפילו געלאדנט צו דינען אלס גאווערנאר אין אדעסא. למעשה האט סאקאשווילי רעזיגנירט פון זיין גאווערנאר אמט און זיך צעשלאגן מיט פאראשענקא און די גאנצע אוקראינישע רעגירונג, זאגנדיג אז זיי זענען דורכגעפוילט מיט קארופציע, און אצינד ווערט סאקאשווילי געזוכט דורך דער גרוזיער רעגירונג, וואו ער שטייט אויס קלאגעס און א שווערן פראצעס איבער פאליטישע קארופציע און שוחד-קלאגעס וואס ער זאגט אז ס'איז סתם פאליטיש-מאטיווירט קעגן אים. ס'איז נישט קלאר פארוואס, אבער נישט פוילן און נישט אוקראינע האבן געוואלט לאזן סאקאשווילי דורכגיין די גרעניץ פון פוילן קיין אוקראינע, אבער זיינע שטיצער זענען אנגעקומען מיט באסעס און זיך דורכגעריסן. סאקאשווילי האט געפאכעט מיט זיין אוקראינישן פאספארט נאכ'ן דורכמאכן די גרעניץ.

בילד: דראמא מיט געוועזענעם גרוזיער פרעזידענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל