סיאטעל – דער אינטערנעט-קאמערץ ריז "עמעזאן", האט געמאלדן אז זיי זוכן צו עפענען א צווייטן הויפטקווארטיר, און זיי וועלן אנהייבן א פארמעסט צווישן אמעריקאנער און קאנאדישע סיטיס צו זען וועלכע ס'איז דאס מערסטע פאסיג. עמעזאן איז יעצט הויפטקווארטירט אין סיאטעל, וואשינגטאן, וואו ס'האט גאר שטארק ארויסגעהאלפן די לאקאלע עקאנאמיע, אריינגערעכנט דאס אז זי נעמט אויף 8.1 מיליאן סקווער פיס לענגאויס 33 ריזיגע געביידעס, וואס האט אריינגעברענגט פאר די לאקאלע סיאטעל עקאנאמיע מער ווי 38 ביליאן דאלאר צווישן די יארן פון 10' און 16'. צוליב דעם פאזיטיוון אפעקט וואס דער עמעזאן הויפטקווארטיר האט געהאט אין סיאטעל, איז דערווארט אז סיטיס וועלן זיך ארומשלאגן אויסגעוועלט צו ווערן אלס דער ארט וואו די צווייטע הויפטקווארטירן וועלן אוועקגעשטעלט ווערן, און עמעזאן האט שוין ארויסגעשטעלט דעטאלן איבער וואס זיי זוכן. צווישן אנדערן פארלאנגען זיי אז ס'זאלן וואוינען אמווייניגסטנס 1 מיליאן מענטשן, און אז ס'זאל זיין א קאלירפולע באפעלקערונג, און די לאקאלע רעגירונג זאל זיין ביזנעס-פריינטליך און א סטאבילן שטייער-סיסטעם. עמעזאן פארשפרעכט אז ס'וועט ברענגען 50 טויזנט נייע דזשאבס און זי וועט אינוועסטירן 5 ביליאן דאלער עס אויפצובויען.

בילד: עמעזאן זוכט צווייטע הויפטקווארטירן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל