ניו יארק – פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז ער שטיצט דעם מאסיוון פראיעקט צו בויען א טונעל אונטער'ן האדסאן ריווער צו פארבינדן ניו יארק און ניו דזשערסי. טראמפ האט זיך געטראפן אין וואשינגטאן מיט עטליכע ניו יארק און ניו דזשערסי פאליטישאנס, צווישן אנדערן ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומאו, ניו יארק'ס צוויי סענאטארן שומער און דזשיליבראנד, ניו דזשערסי'ס גאווערנאר קריס קריסטי און ניו דזשערסי'ס סענאטאר קארי בוקער, און שומער האט אנגעפירט די זיצונג, דורכ'ן ארויסשטעלן און ערקלערן פאר טראמפ די פלענער פונעם פראיעקט, וועלכע וועט אפקאסטן נאענט צו דרייסיג ביליאן דאלאר. טראמפ האט נישט קלאר געזאגט אז ער וועט זען צוצושטעלן פעדעראלע געלטער פאר'ן פראיעקט, אבער דער רעפובליקאנער ניו יארק קאנגרעסמאן פיטער קינג האט געזאגט אז עס האט אויסגעזען פון טראמפ'ס שטארקע אינטערעסע, אז ער איז גרייט עפעס צו טאן דערפאר. באזונדער האט מען אויסגעשמועסט די אישו פון פארריכטונגען אויף ניו יארק און ניו דזשערסי באן טונעלן וועלכע מען ארבעט נאך צו פאררעכטן פון האריקעין סענדי שאדנס און די צוויי סטעיטס ווילן אז די פעדעראלע רעגירונג זאל דעקן העלפט דערפון.

בילד: טראמפ שטיצט האדסאן ריווער טונעל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל