וואשינגטאן – קאנגרעס וועט די וואך שטימען אויף א ביל וואס וועט פריוואטיזירן ארום 65 פראצענט פון דער ארבעט פון דער "פעדעראלער אוויאציע אדמיניסטראציע". פרעזידענט טראמפ האט געמאכט פאר א הויפט פריאריטעט צו פריוואטיזירן וואס מער טיילן פון דער פעדעראלער רעגירונג, זאגנדיג אז פריוואטע ביזנעסער קענען טאן די ארבעט פיל שנעלער און גרינגער, ווייל זיי ווערן נישט געפלאגט פון דער פעדעראלער ביוראקראטיע, און א הויפט ציל פאר טראמפ און די רעפובליקאנער איז די פעדעראלע אוויאציע אדמיניסטראציע, וועלכע ווערט געפלאגט פון אלטע טעכנאלאגיע און אן אומוויליגקייט זיך צו מאדערניזירן. אלעס אינאיינעם ארבעטן נאענט צו זעכציג טויזנט מענטשן אין דער אוויאציע אדמיניסטראציע, און אויב קאנגרעס'ס פלאן ארבעט זיך אויס, וועלן ארום דרייסיג טויזנט פון די ארבעטער מער נישט זיין קיין איינגעשטעלטע פאר דער פעדעראלער רעגירונג, נאר זיי וועלן ארבעטן פאר א פריוואטע "נאן-פראפיט קארפארעישאן", וועלכע וועט זיין באאויפטראגט אין רעפארמירן און איבערמאכן אלע אפעראציעס פון דער פעדעראלער אוויאציע אדמיניסטראציע.

בילד: קאנגרעס וויל  פריוואטיזירן עף-עי-עי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל