טעקסאס – אויפגעברויזטע יוסטאנער איינוואוינער האבן נעכטן שבת געשריגן אויף די לאקאלע שטאטישע אויטאריטעטן, נאכדעם וואס ס'האבן זיך אנגעהויבן ארומדרייען באריכטן אז די "ארמיי אינזשענירן קאור", וועלכע איז געשטעלט אויף אלע רעזערווארן, שוץ-ווענט און וואסער דאמבעס איבער'ן לאנד, האבן אין לויף פון האריקעין הארווי געטאן פארשידענע שריט, וואס האט געברענגט אז געוויסע יוסטאנער געגנטער זענען דירעקט פארפלייצט געווארן. די ווילדע טאון האל פארזאמלונג שבת, איז געקומען אין א צייט וואס יוסטאנער איינוואוינער זענען נאך פארנומען ארויסצושלעפן פון זייערע הייזער אלע ברוכווארג און פארפלייצטע מעבל און חפצים, און איינער פון די לאקאלע סיטי קאונסיל מיטגלידער האבן זיך אויפגעשטעלט און געזאגט אז א באאמטער אינערהאלב די "ארמיי אינזשענירן קאור" האט אים געזאגט, אז די קאור האט באשלאסן ארויסצולאזן צענדליגער מיליאנען גאלאנען וואסער פון 2 רעזערווארן ארום יוסטאן, מורא האבנדיג אז די רעזערווארן וועלן איבערפליסן, און די מיליאנען גאלאנען וואסער האבן דירעקט אנגעפילט די יוסטאנער באוואוינטע גאסן. די ארמיי אינזשענירן קאור האט דערווייל נישט קאמענטירט אויף די באשולדיגונגען.

בילד: יוסטאנער ברויזן איבער דירעקטע פארפלייצונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל