קאנגרעס האט היינט כמעט איינשטימיג באשטעטיגט א הילפס פעקל פון 7.9 ביליאן דאלער פאר די שטורעם געפלאגטע טעקסאס, די דעמאקראטן האט געווינען אינעם קאמפ צו צוריקהאלטן די רעפובליקאנער פון בינדען דעם הילפס פעקל מיט אן אויטאמאטישע העכערונג פונעם חוב-דאך, וואס קומט אן צו איר מאקסימום ביי די ענדע פון דעם מאנאט. די רעפובליקאנער האבן אינעם ביל וואס שענקט די הילף פאר טעקסאס אריינגעלייגט אז די נאנציאנאלע חוב קען געהעכערט ווערן ביז שפעט אין 2018, א זאך וואס וועט געבן פאר די רעפובליקאנער א אויבערהאנט ביי די אפשטימונגען ארום דעם בודשעט, אבער די דעמאקראטן האבן אנגעטראגן אז זיי זענען עס גרייט צו העכערן בלויז פאר 3 מאנאטן.

פאול רייען האט שטארק אראפגעריסן די דעמאקראטן און זיי באשולדיגט אין שפילן פאליטיק מיט די געליטענע פון טעקסאס, אבער די דעמאקראטן טוען עס אפווארפן און זאגן מיט זייער פארשלאג וועט די הילף פאר טעקסאס נישט עפעקטירט ווערן, און עס איז די רעפובליקאנער וועלכע זוכן צו אויסנוצן די קאטעסטראפע צו געווינען א פאליטישע שפיל. אין סענאט וואלטן די דעמאקראטן אויך געהאט עטליכע קאנסערוואטיווע רעפובליקאנער וועלכע וואלטן זיך צושטעלן צו זיי וויבאלד זיי זענען קעגן העכערן דעם נאציאנאלן חוב, א זאך וואס געט א אויבערהאנט פאר די דעמאקראטן.

פרעזידענט טראמפ האט איבעראשט די פאליטישע וועלט ווען ער האט זיך געשטעלט אויף די זייט פון די דעמאקראטן און האט גערופן די רעפובליקאנער צו אננעמען די פארשלאג פון די דעמאקראטן און העכערן דעם נאצינאנאלן חוב פאר בלויז 3 מאנאטן. די הילפס פעקל איז ערווארטעט צו לייכטערהייט אריבער גיין, דאס פעקל נעמט אריין 6.54 ביליאן פאר פימא, און נאך 450 מיליאן דאלער פאר הלוואות פאר קלענער ביזענסער.

בילד: פרעזידענט טראמפ נעמט זיך אן פאר די דעמאקראטן אין געפעכט ארום הילפס פעקל פאר יוסטען



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל