דער רוסישער פרעזידענט האט נעכטן געהאט א שטיקל נצחון אויפ׳ן גלאבאלן ארענע ווען דער סאוט קארעאר פרעזידט דשעי-אין מאָן האט געזאגט אז ער איז איינשטימיג מיט׳ן רוסישער פרעזידענט ווען עס קומט צו נארט קארעא. דאס קומט נאכדעם וואס פוטין האט אין א רעדע געזאגט אז מער סאנקציעס וועלן נישט העלפן און די איינציגע וועג צו לעזן דעם פראבלעם מיט נארט קארעא איז דורך עפענען א דיאלאג און זיי פארזיכערן אז זיי וועלן נישט אטאקירט ווערן, פרעזידענט טראמפ האט באלד נאך די לעצטע נוקלעארע פראבע קריטיקירט די מילדע צוגאנג פון סאוט קארעא צו איר שכן, אבער באאמטע אין סאוט קארעא זאגן אז סיי וועלכע מיליטערישע קאנפליקט אויפ׳ן קארעא האלב-אינזל וועט האבן א קאטעסטראפאלע עפעקט אויף סאוט קארעא. מאָן האט געמאכט דעם סטעיטמענט אין א געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ מיט׳ן רוסישן פרעזידענט נאכדעם וואס די צוויי האבן אפגעהאלטן א לענגערע זיצונג אין די ראמען פון א אינטערנאציאנאלע ביזענס קאנפערענץ וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין רוסלאנד.

בילד: סאוט קארעא איז איינשטימיג מיט רוסלאנד איבער נארט קארעא



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל