אין די לעצטע טעג איז דאס לאנד מיאנמאר (אויך גערופן בורמע) געקומען אונטער א כוואליע פון קריטיק דורך די אינטערנאציאנאלע געמיינדע איבער איר האנדלונג מיט די מוסלעמענער מינארטיטעטן, און ספעציעלע מיט די רוהינגייע שבט. באריכטן געבן אן אז איבער 132,000 מוסלעמענער זענען שוין אנטלאפן פון זייערע היימען צו די דערנעבנדיגע לאנד בענגלאדעש נאכדעם וואס זיי זענען געקומען אונטער ברוטאלע און מערדערישע אטאקעס פון די רעגירונג קרעפטן.

די פירערין פון מיאנמאר האט אין א טעלעפאנישע געשפרעך מיט׳ן טערקישן פרעזידעט ארדואן געזאגט אז די נייעסן זענען ״פעיק ניוס״ און עס צירקולירן פילע פאלשע בילדער און באריכטן וועלכע זענען געצילט צו ברענגן סימפאטיע און שטיצע פאר טעראר גרופעס, זי זאגט אז איר לאנד טוט באשיצן די מינאריטעטן. א זעלבסשטענדיגע אויספארשונג דורך די בי-בי-סי צייגט טאקע אז דאס רוב פון די בילדער זענען פון אנדערע הומאניטארע קריזיסן ארום די וועלט. אבער אין די זעלבע צייט זאגן זיי אז די רעגירונג לאזט נישט צו קיין דשורנאליסטן צו די שלאכט זאנעס, דעריבער איז שווער צו וויסן וויפיל פון די באריכטן זענען ריכטיג און וויפיל זענען טאקע מיס-אינפארמאציע וואס ווערן פארשפרייט דורך טעראר גרופעס.

די רעגירונג לייקנט נישט אז צענדליגע טויזנטער פליטים טוען אנטלויפן פון זייערע היימען אבער זאגן אז דאס קומט צוליב דעם וואס טעראר גרופעס אינערהאלב די רוהינגייע שבט טוען אטאקירן די ציווילע באפעלקערונג אין די זעלבע צייט וואס זיי אטאקירן די רעגירונג קרעפטן, און אזוי ארום שאפן זיי א צומישעניש און כאאס.

בילד: מיאנמאר ווארפט אפ קריטיק פון פעלקער פאראיין איבער אנטי-מוסלעמענער פארפאלגונג

בילד: פליטים פון מיאנמאר

בילד: פליטים פון מיאנמאר



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל