בילד: אפעלאט געריכט געט גערעכט פאר טעקסאס אין וויילער אידנטיפיקאציע געראנגל

אפעדעראלע אפעלט געריכט האט געגעבן גערעכט פאר די סטעיט אין טעקסאס אין די לעגאלע געראנגל מיט דעמאקראטישע גרופעס איבער איר שטייפע וואוטער איי.די. געזעצן, און האט ארויפגעלייגט א צייטווייליגע אפהאלט אויף א פריערדיגע אורטייל פון א דיסטריקט געריכט וועלכע האט דערקלערט די געזעץ אומקאנסטיטוציאנאל און פארבאטן איר אינפארסירונג.

די אורטייל פון 2 ריכטער קעגן איינעם  ערלויבט פאר די סטעיט דערווייל אינפארסירן דעם געזעץ ווילאנג עס קומט ארויס א ענדגילטיגע אורטייל. און האבן אנגעגעבן אז די סטיעט האט אוועקגעשטעלט א שטארקע קעיס און זיי וועלן ווארשיינליך געווינען, דעריבער געבן זיי די צייטווייליגע רעכט פאר די סטעיט צו אינפארסירן די שטרענגע געזעצן.

די דעמאקראטישע פארטיי שטעלט זיך קעגן שטרענגערע וואוטער איי-די געזעצן זאגנדיג אז דאס ווערט גענוצט דורך רעפובליקאנער אלס א מיטל צו אפהאלטן מינאריטעטן פון אנטייל נעמען געהעריג אין די וואלן, און טיילמאל טוען לאקאלע רעגירונגען פארשווערן די פראצעדור פון באקומען א וואוטער איי.די. מיט די ציל צו פארקלערנערן די טוירנאוט פון מינאריטעטן ביי די וואלן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל