אויב גלייכט איר צו עסן אן אוואקאדא פאר פרישטאג איז דאס שלעכטע נייעס פאר אייך. אין ליכט פון א גאר שווערע יאר פאר פארמערס אין קאליפארניע און אין מעקסיקא איז די פרייז פונעם אוואקאדא ערווארטעט צו שטייגן גאר דראסטיש צו א רעקארד הייעך. די פרייזן זענען ערווארטעט צו שטייגן מיט ארום 75% נאכדעם וואס צוליב עקסטרעמע וועטערס און ווייניג רעגנס איז די היי יעריגע וואוקס פון אוואקאדאס שטארק באטראפן געווארן. דאס קומט נאכדעם וואס די אוואקאדס האבן שוין געזען א אויפשטייג פון ארום 35% אין די ערשטע סעזאן פונעם יאר.

בילד: פרייזן פון אוואקאדא וועלן שטייגן דראסטיש צוליב שווערע וועטער צושטאנד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל