ווען דער הויפט פון עמעזאן דשעף בעזאס האט געמאלדן איבער זיין באשלוס צו קויפן די גראסערי נעץ ״האול פודס״ האבן פילע עקאנאמיסטן געצויגן מיט די פלייצע און נישט פארשטאנען וואס זיין ביזנעס סטראטעגיע איז, ספעציעל נעמנדיג אין באטראכט די מאסיווע פרייז פון 13.5 ביליאן דאלער. אבער ווי עס שיינט ווייסט ער וואס ער טוט און זיין סטראטעגיע צאלט זיך שוין אויס, טראץ וואס מען שטייט בלויז געציילטע וואכן זינט די נעץ איז איבערגענומען געווארן דורך עמעזאן זאגן די לאקאלע אנפירער פון די געשעפטן פאר די ״וואל סטריט דשורנאל״ אז עס דערקענט זיך שוין אן אוישפטייג אין איינקויפער טראץ וואס דערווייל זענען די פרייזן נאך אלס טייערער ווי אין אנדערע גראסערי נעצן, אבער די אדווערטייזמענט קראפט פון עמעזאן טוט צוציען קליענטן.

בילד: האול פודס זעהט שוין א שטארקע העכערונג אין איינקויפער



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל