פון כאפצעם

ווי באקאנט האט פרעזידענט טראמפ דעם פארלאפענעם דינסטאג אפגעשאפן די 5 יאר אלט פראגראם גערופן "דאקא" וועלעכע איז געגרינדעט געווארן דורך זיין פארגייער פרעזידענט אבאמא און האט אריינגעברענגט אונטער איר שוץ כמעט א מיליאן יונגע אימיגראנטן, און טראמפ האט געמאלדן אז די פראגראם וועט אין 6 חדשים ווערן אויס אין פאל קאנגרעס שטעלט עס נישט אריין אלס עמטליכע געזעץ.

די דעבאטע און אנטוויקלונגען ארום די פראגראם וועט ווארשיינליך זיין א הייסע טאפיק פאר די קומענדיגע תקופה, וואלט כדאי געווען צו עפענען א באזונדער אשכול ווי מ'וועט עס קענער עקסטער אויסשמועסן.

אויף אימיגראציע איז שוין געווען פילצאליגע שטארקע פרואוון אין קאנגרעס דורכצופירן א ביל עס איז אבער ביז היינט יעדע מאל דורכגעפאלן.

אין 2007 האבן זיך רעפובליקאנער און דעמאקראטן צאמגענומען און געספאנסערט אן אימיגראציע ביל, עס איז אבער געשטארבן נאך די אויפשטייגענדע אפאזיציע דערקעגן אין רעכטן לאגער. אין 2010 ווען דעמאקראטן האבן קאנטראלירט ביידע הייזער האבן זיי פרובירט אליין צו דורכפירן א ביל, עס איז דורך אין קאנגרעס אבער געווארן אנידערגעשטימט דורך 5 דעמאקראטן אין סענאט. נאך די 2012 ראמני דורכפאל האבן זיך רעפובליקאנער נאכאמאל אראפגעזעצט צום טיש און געספאנסערט א פרישע ביל, עס איז דאסמאל דורך אין סענאט (ווי יעצט האבן שוין אלע דעמאקראטן געשטימט דערפאר) אבער איז דורכגעפאלן אין קאנגרעס נאך א רעוואלוציע דערקעגן פון די רעכטע.

אלס רעזולטאט פון די 2013 דורכפאל ווי אימיגראציע רעפארם איז באטראכט געווארן טויט איז פרעזידענט אבאמא געגאנגען און אנאנסירט צווי פראגראמען דורך עקזעקיוטיוו ארדער, איינס גערופן דאק"א וואס האט צוגעשטעלט שוץ פאר אימיגראנטן וואס זענען אהערגעברענגט געווארן דורך זייערע עלטערן אלס קינד. די צווייטע פראגראם גערופן דאפ"א האט צוגעשטעלט שוץ פאר אימיגראנטן וואס האבן אמעריקאנע קינדער און א ריינע רעקארד. ביידע פראגראמען האבן געגעבן די מעגליכקייט פאר הינדערטער טויזענטער אימיגראנטן צו אנהייבן ארבייטן אויף די ביכער און אריינצאלן אינעם סיסטעם טעקסעס, אבער אנע מעגליכקייט צו קריגן גאווערמענט הילפס געלטער, אזוי אויך האבן טויזענטער פון די זיך אנגעשלאסן אין די אמעריקאנע מיליטער, פאליציי און אין אנדערע הילפס ארגאנאזאציעס.

למעשה איז די צווייטע פראגראם דאפ"א געווארן אפגעשאפן דורך די געריכטן, אבער די דאק"א פראגראם איז געבליבן שטיין אלס געזעצליך, און זיך געגרייט צו גרייכן עווענטועל דעם סופרים קאורט.

די אנאנסירונג דינסטאג איבער'ן ענדיגן דעם פראגראם דורך'ן אטורני זשענעראל זשעף סעשאנס איז אויפגענימען געווארן מיט שאק איבערן לאנד און פארדאמט געווארן דורך דעמאקראטן, רעפובליקאנער, ביזנעס און רעליגיעזע פירער נאציאנאל, ווערנדיג א גאר שטארקע PR קאפוויי פאר די טראמפ אדמיניסטראציע. דינסטאג ביינאכט האט דער פרעזידענט זיך ענדליך געלאזט הערן מיט אביסל א ווייעכערע טאן שרייבענדיג אויף טוויטער אז ער וועט צוריקקומען צו די נושא אין 6 חדשים אין פאל קאנגרעס איז נישט מצליח דורכצופירן א ביל.

מיטוואך אין א דיעל מיט דעמאקראטן איבערן די חובות דאך איז טראמפ גאר געגאנגען ווייטער און פארשפראכן פאר קאנגרעס מינארעטי פירער פעלאוסי אז ער ווייט ארבייטן צו קומען צו אן אפמאך אין קאנגרעס דערויף און ער וועט עס מעגליך צוריקלייגן אין פלאץ אויב פאלט מען דורך.

דערווייל הערט מען בלויז איין צד שרייען, די שטיצער פון דאק"א וואס זענען אויסן פאר יעדן פרייז עס צו לאזן אין פלאץ, וואס אמאל זיכער אז איינמאל קאנגרעס וועט זיך נעמען איבער די נושא וועט מען אנהייבן צו הערן הויך די קולות פון די רעכטע אלטרע קאנסערוואטיווע באזע און בפרט די נאציאליסטן וואס זענען גראדע די עיקר חלק הניכר פון די טראמפ באזע.

היינט איז באקאנט געווארן אז די לאבי גרופע פון די גרעסטע קאנסערוואטיווע שטיצער די "קאטש ברודער" וועלן אקטיוו ארבייטן אויף קאנגרעסלייט צו שטיצן דאס אריינלייגן דאק"א אלס געזעץ. זייער ווארטזאגער האט אין א סטעיטמענט געשריבן:
"The group will engage with lawmakers in the hopes of securing permanent U.S. residency for DACA beneficiaries, commonly known as DREAMers"

זייער שטיצע מיינט א שטארקע בוסט פאר אן עווענטועלע ביל. סיי וויאזוי עס וועט זיך אויסלאזן, וועט די פייט זיכער נישט זיין לאנגווייליג.

בילד: אלעס ארום אבאמא'ס דאק"א פראגראם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל